8 האָב איך באַטראַכט די הערנער, ערשט אַן אַנדער האָרן, אַ קלײנער, איז אַרױסגעװאַקסן צװישן זײ, און דרײַ פֿון די פֿאָדערשטע הערנער זײַנען אױסגעריסן געװאָרן פֿון פֿאַר אים; און זע, אױגן אַזױ װי די אױגן פֿון אַ מענטשן זײַנען געװען אין דעם דאָזיקן האָרן, און אַ מױל װאָס האָט גערעדט גרױס.
25 און װערטער אַקעגן דעם אױבערשטער װעט ער רעדן,
און די הײליקע פֿון דעם אױבערשטער װעט ער מאַטערן,
און ער װעט טראַכטן צו ענדערן די צײַטן און דאָס געזעץ;
און זײ װעלן איבערגעגעבן װערן אין זײַן האַנט,
ביז אַ צײַט און צײַטן און אַ האַלבע צײַט.