8 האָט נָעמי געזאָגט צו אירע בײדע שנורן: גײט קערט אײַך אום איטלעכע צו איר מוטערס הױז. און זאָל ה׳ טאָן מיט אײַך חֶסֶד אַזױ װי איר האָט געטאָן מיט די געשטאָרבענע און מיט מיר. 9 זאָל אײַך ה׳ געבן איר זאָלט געפֿינען מנוחה איטלעכע אין הױז פֿון איר מאַן. און זי האָט זײ געקושט; און זײ האָבן אױפֿגעהױבן זײער קֹול און האָבן געװײנט. 10 און זײ האָבן צו איר געזאָגט: נײן, נײַערט מיר װעלן מיט דיר זיך אומקערן צו דײַן פֿאָלק. 11 האָט נָעמי געזאָגט: קערט אײַך אום, טעכטער מײַנע, צו װאָס זאָלט איר גײן מיט מיר? האָב איך דען נאָך זין אין מײַן לײַב, אַז זײ זאָלן אײַך װערן פֿאַר מאַנען? 12 קערט אײַך אום, טעכטער מײַנע, גײט, װאָרעם איך בין צו אַלט צו האָבן אַ מאַן; לאָמיך שױן זאָגן, איך האָב אַ האָפֿענונג, איך זאָל נאָך די נאַכט האָבן אַ מאַן, און זאָל אױך געבערן זין, 13 װעט איר דען אױף זײ אױסקוקן ביז זײ װעלן גרױס װערן? װעט איר צוליב זײ בלײַבן זיצן נישט צו נעמען קײן מאַן? נײן, טעכטער מײַנע! װאָרעם מיר איז פֿיל ביטערער פֿון אײַך, װײַל ה׳ס האַנט איז אױסגעגאַנגען אױף מיר.
14 האָבן זײ אױפֿגעהױבן זײער קֹול און האָבן װידער געװײנט. און עָרפָּה האָט זיך צעקושט מיט איר שװיגער, אָבער רוּת האָט זיך באַהעפֿט אָן איר.