Adoração
A adoração é a resposta do coração humano à majestade de Deus. Deus é Espírito e importa que os que o adoram o adorem em espírito e em verdade — com todo o ser.
Adorar em espírito
Deus é Espírito e importa que os adoradores o adorem em espírito e em verdade. A adoração verdadeira brota do coração.
Louvor e reverência
Vinde, adoremos e prostremo-nos. Louvai ao Senhor! Todo ser que respira louve o nome glorioso do Senhor.
קומט, לאָמיר זיך בוקן און בײגן,
לאָמיר קניִען פֿאַר ה׳ אונדזער באַשעפֿער.
קומט, לאָמיר זיך בוקן און בײגן,
לאָמיר קניִען פֿאַר ה׳ אונדזער באַשעפֿער.
הַלְלוּ יָהּ.
לױבט ה׳ אין זײַן הײליקטום,
לױבט אים אין זײַן מאַכטיקן הימל.
לױבט אים װעגן זײַנע גבֿורות,
לױבט אים לױט זײַן פֿיל גרױסקײט.
לױבט אים מיט בלאָזונג פֿון שופֿר,
לױבט אים מיט גיטאַר און האַרף.
לױבט אים מיט פּױק און טאַנץ,
לױבט אים מיט סטרונעס און פֿלײט.
לױבט אים מיט קלינגעדיקע צימבלען,
לױבט אים מיט הילכיקע צימבלען.
אַלץ װאָס אָטעמט זאָל לױבן ג-ט.
הַלְלוּ יָהּ.
אַלץ װאָס אָטעמט זאָל לױבן ג-ט.
הַלְלוּ יָהּ.
קומט אין זײַנע טױערן מיט דאַנק,
אין זײַנע הױפֿן מיט לױב;
גיט אַ דאַנק צו אים, בענטשט זײַן נאָמען.
גיט צו ה׳ דעם כּבֿוד פֿון זײַן נאָמען,
בוקט זיך צו ה׳ מיט הײליקן אָפּשײַ.
פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; אַ געזאַנג, אַ מיזמור.
שאַלט צו אלֹקים, די גאַנצע ערד,
באַזינגט די פּראַכט פֿון זײַן נאָמען,
מאַכט פּראַכטיק זײַן לױב.
זאָגט צו אלֹקים: װי פֿאָרכטיק איז דײַן װערק!
דורך דײַן גרױס שטאַרקײט גײען אײַן פֿאַר דיר דײַנע פֿײַנט.
די גאַנצע ערד זאָל זיך בוקן צו דיר
און זינגען צו דיר;
זײ זאָלן באַזינגען דײַן נאָמען.
סֶלָה.
איך האָב גערופֿן צו אים מיט מײַן מױל,
און ער איז געװען דערהױבן אױף מײַן צונג.
אַלע פֿעלקער װאָס דו האָסט געמאַכט,
װעלן קומען און זיך בוקן פֿאַר דיר, אֲדֹנָי,
און געבן כּבֿוד צו דײַן נאָמען.
װאָרעם גרױס ביסטו, און טוסט װוּנדער,
דו אלֹקים אַלײן.
פֿון דָוִדן.
לױב, מײַן זעל, ה׳,
און אַלע מײַנע אינגעװײד, זײַן הײליקן נאָמען.
גיט אַ דאַנק צו ה׳, רופֿט זײַן נאָמען,
לאָזט װיסן צװישן די פֿעלקער זײַנע טוּונגען.
אַ מיזמור פֿון דָוִדן, װען ער איז געװען אין דער מדבר פֿון יהוּדה.
אַזױ האָב איך אױסגעקוקט אױף דיר,
אין הײליקטום צו זען דײַן שטאַרקײט און דײַן כּבֿוד.
װאָרעם דײַן חֶסֶד איז בעסער פֿון לעבן;
מײַנע ליפּן װעלן דיך לױבן.
Declarações de adoração
Tu és digno, Senhor, de receber glória e honra! Ao Senhor pertence a grandeza, o poder, a glória e a majestade.
דײַן, ה׳, איז די גרױסקײט, און די שטאַרקײט, און די פּראַכטיקײט, און די אײביקײט, און דער גלאַנץ, װאָרעם אַלץ װאָס אױפֿן הימל און אױף דער ערד; דײַן, ה׳, איז די מלוכה, און דו ביסט דערהױבן צום הױפּט איבער אַלעם.
גיט אַ דאַנק צו ה׳, װאָרעם ער איז גוט,
װאָרעם אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד.
און זאָגט: העלף אונדז, אלֹקים פֿון אונדזער הילף,
און זאַמל אונדז אײַן, און זײַ אונדז מציל פֿון די פֿעלקער,
צו לױבן דײַן הײליקן נאָמען,
זיך צו רימען מיט דײַן לױב.
ברוך ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל
פֿון אײביקײט און ביז אײביקײט.
און דאָס גאַנצע פֿאָלק האָט געזאָגט: אָמן! און האָט געלױבט ה׳.
גיט אַ דאַנק צו ה׳, װאָרעם ער איז גוט,
װאָרעם אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד.
23 זינגט צו אים, שפּילט צו אים,
רעדט פֿון אַלע זײַנע װוּנדער.
Sacrifício de louvor
Por meio de Jesus ofereçamos sempre sacrifício de louvor. Cantai ao Senhor, celebrai em salmos — enchei-vos do Espírito.
Adoração como vida
Exaltai ao Senhor, prostrai-vos ante o escabelo dos seus pés. A adoração genuína transforma o adorador e agrada o Criador.
דערהײבט ה׳ אלוקינו,
און בוקט זיך צו זײַן פֿוסבענקל – הײליק איז ער!
מײַן מױל איז אָנגעפֿילט מיט דײַן לױב,
אַ גאַנצן טאָג מיט דײַן רימונג.
און די צדיקים װעלן זיך פֿרײען;
זײ װעלן זײַן לוסטיק פֿאַר אלֹקים,
און קװעלן מיט שׂימחה.
זינגט צו אלֹקים, באַזינגט זײַן נאָמען,
דערהײבט דעם װאָס רײַט דורך די הימלען –
ה׳ איז זײַן נאָמען –
און פֿרײט זיך פֿאַר אים.
זײַן אומרעכט װעט זיך אומקערן אױף זײַן קאָפּ,
און אױף זײַן שאַרבן װעט נידערן זײַן פֿאַרברעך.
העלף מיך פֿון דעם לײבס מױל,
און פֿון די הערנער פֿון װיזלטירן. זאָלסטו מיר ענטפֿערן.
איך װעל דערצײלן דײַן נאָמען צו מײַנע ברידער,
אין געזעמל װעל איך דיך לױבן:
איך האָב אױסגעשפּרײט מײַנע הענט צו דיר,
מײַן זעל װי אַ פֿאַרשמאַכט לאַנד צו דיר.
סֶלָה.
מיט רציחה אַזש אין מײַנע בײנער
לעסטערן מיך מײַנע פֿײַנט,
אַז זײ זאָגן צו מיר אַ גאַנצן טאָג:
װוּ איז דײַן ג-ט?
האָסט געזאָגט צו ה׳: אֲדֹנָי ביסטו,
מײַן גוטס איז בלױז בײַ דיר.
דינט ה׳ מיט מורא,
און שױדערט אין ציטערניש.
איך װעל לױבן ה׳ מיט מײַן גאַנצן האַרצן,
איך װעל דערצײלן אַלע דײַנע װוּנדער.
Falsa adoração
Não terás outros deuses diante de mim. Não adorarás ídolos. A adoração exclusiva ao Senhor é mandamento inegociável.
זאָלסט זיך נישט בוקן צו זײ, און זאָלסט זײ נישט דינען; װאָרעם איך ה׳ דײַן ג-ט בין אַן אֵל קַנֹּוא, װאָס רעכן זיך פֿאַר די זינד פֿון די פֿאָטערס מיט די קינדער, מיטן דריטן און מיטן פֿירטן דור פֿון די װאָס האָבן מיך פֿײַנט,
װאָרעם טאָרסט זיך נישט בוקן צו אַן אַנדער ג-ט, װײַל ה׳ – זײַן נאָמען איז קַנָּא, אַן אֵל קַנֹּוא איז ער,
און עס איז געװען, װי משה איז אַרײַנגעגאַנגען אין געצעלט, פֿלעגט אַראָפּנידערן דער װאָלקן-זײַל, און שטײן בײַם אײַנגאַנג פֿון געצעלט, און ה׳ פֿלעגט רעדן מיט משהן. און דאָס גאַנצע פֿאָלק פֿלעגט זען דעם װאָלקן-זײַל שטײן בײַם אײַנגאַנג פֿון געצעלט, און דאָס גאַנצע פֿאָלק פֿלעגט אױפֿשטײן, און זיך בוקן איטלעכער בײַם אײַנגאַנג פֿון זײַן געצעלט.
מײַן שטאַרקײט און לױב-געזאַנג איז ה׳,
און ער איז מיר געװען ישועה.
דאָס איז מײַן ג-ט,
און איך װעל אים באַשײנען;
ג-ט פֿון מײַן פֿאָטער,
און איך װעל אים דערהײבן.
װער איז װי דו, ה׳,
צװישן די מאַכטיקע?
װער איז װי דו,
פּראַכטיק אין הײליקײט,
פֿאָרכטיק אין לױבונגען,
טוער פֿון װוּנדער?
און איר זאָלט דינען ה׳ אלוקיכם, און ער װעט בענטשן דײַן ברױט און דײַן װאַסער; און איך װעל אָפּטאָן קראַנקשאַפֿט פֿון צװישן דיר.
ער איז דײַן לױב, און ער איז דײַן ג-ט, װאָס האָט מיט דיר געטאָן די דאָזיקע גרױסע און פֿאָרכטיקע זאַכן, װאָס דײַנע אױגן האָבן געזען.
און איר זאָלט דאָרטן עסן פֿאַר ה׳ אלוקיכם, און זיך פֿרײען מיט דעם גאַנצן אױפֿטו פֿון אײַער האַנט, איר און אײַערע הױזגעזינטן, לױט װי ה׳ דײַן ג-ט האָט דיך געבענטשט.
זײ האָבן אים דערצערנט מיט קִנְאָה מיט פֿרעמדגעטער,
מיט אומװערדיקײטן אים דערבײזערט.
זײ האָבן מקריבֿ צו די שדים, און נישט צו ג-ט,
ג-טער װאָס זײ האָבן זײ נישט געקענט,
נײַע אָקערשט געקומענע,
װאָס אײַערע עלטערן האָבן זיך פֿאַר זײ נישט געפֿאָרכט.
אָן דעם פֿעלדז װאָס האָט דיך געבאָרן האָסטו נישט געדאַכט,
און פֿאַרגעסן דעם אֵל װאָס האָט דיך געהאַט.
היט אײַך, אײַער האַרץ זאָל נישט איבערגערעדט װערן, און איר װעט זיך אָפּקערן, און דינען פֿרעמדע ג-טער, און זיך בוקן צו זײ.
און אֲדֹנָי האָט געזאָגט:
װײַל דאָס דאָזיקע פֿאָלק האָט גענענט מיט זײַן מױל,
און מיט זײַנע ליפּן מיך געערלעכט,
אָבער זײַן האַרץ האָט ער דערװײַטערט פֿון מיר,
און זײער מורא פֿאַר מיר
איז װי אַן אײַנגעלערנט געבאָט פֿון מענטשן,
ה׳, דו ביסט מײַן ג-ט,
איך װעל דיך דערהײבן,
איך װעל לױבן דײַן נאָמען,
װאָרעם האָסט אױפֿגעטאָן װוּנדער;
די באַראָטן פֿון לאַנג אָן –
מיט טרײַער געטרײַשאַפֿט.
Exemplos de adoração
Jó adorou em meio ao sofrimento. Esdras adorou na restauração. Paulo e Silas adoraram na prisão — e Deus respondeu.
איז אִיובֿ אױפֿגעשטאַנען, און האָט צעריסן זײַן מאַנטל, און האָט אָפּגעשאָרן זײַן קאָפּ, און איז געפֿאַלן אױף דער ערד, און האָט זיך געבוקט. און ער האָט געזאָגט: נאַקעט בין איך אַרױסגעגאַנגען פֿון מײַן מוטערס לײַב, און נאַקעט װעל איך זיך אומקערן אַהין; ה׳ האָט געגעבן, און ה׳ האָט צוגענומען, געלױבט זאָל זײַן דער נאָמען פֿון ה׳.
און זײ האָבן געזונגען לױב און דאַנק צו ה׳: װאָרעם ער איז גוט, װאָרעם אײביק איז זײַן חֶסֶד אױף יִשׂרָאֵל.
דעריבער ביסטו גרױס, ה׳ דו אֲדֹנָי, װאָרעם נישטאָ אַזאַ װי דו, און נישטאָ קײן אלֹקים אַחוץ דיר, לױט אַלץ װאָס מיר האָבן געהערט מיט אונדזערע אױערן.
נישטאָ אַ הײליקער װי ה׳,
װאָרעם חוץ דיר איז נישטאָ;
און נישטאָ אַ פֿעלדז װי אלוקינו.
און די לוִיִים, יֵשועַ, און קַדמיאֵל, בני, חַשַבֿניָה, שֵרֵבֿיָה, הוֹדִיָה, שבֿניָה, פּתַחיָה, האָבן געזאָגט: שטײט אױף, לױבט ה׳ אלוקיכם פֿון אײביק ביז אײביק; און לאָז מען לױבן דײַן פּראַכטיקן נאָמען װאָס איז דערהױבן איבער יעטװעדער לױב און רימונג.
פֿאַר װאָר, דער פֿײַגנבױם בליט נישט,
און נישטאָ קײן פֿרוכט אױף די װײַנשטאָקן,
געפֿעלשט האָט דער אײַנקום פֿון אײלבערטבױם,
און די פֿעלדער גיבן נישט קײן שפּײַז,
אָפּגעשניטן פֿון געהעפֿט איז די שאָף,
און נישטאָ קײן רינדער אין די שטאַלן,
אָבער איך װעל מיך פֿרײען מיט ה׳,
און לוסטיק זײַן מיט דעם ג-ט פֿון מײַן הילף.
און איר װעט מיך רופֿן, און איר װעט גײן און װעט מתפּלל זײַן צו מיר, און איך װעל צוהערן צו אײַך.