Pular para o conteúdo
Publicidade

Salmos 7

1 אַ שִגָעון פֿון דָוִדן, װאָס ער האָט געזונגען צו ה׳ פֿון װעגן כּוּש דעם בנימינער.

2 ה׳ מײַן ג-ט, אין דיר האָב איך מיך געשיצט,

העלף מיך פֿון אַלע מײַנע נאָכיאָגער, און זײַ מיך מציל,

3 מע זאָל נישט פֿאַרצוקן װי אַ לײב מײַן זעל, צערײַסן,

און קײנער זאָל נישט מציל זײַן.

4 ה׳ מײַן ג-ט, אױב איך האָב אַזױ װאָס געטאָן,

אױב אומרעכט איז דאָ אין מײַנע הענט,

5 אױב איך האָב געטאָן בײז מײַן גוטן פֿרײַנט,

אָדער באַרױבט צו מאָל מײַן אומזיסטיקן פֿײַנט,

6 זאָל דער שׂונא מיך נאָכיאָגן און דערגרײכן,

און טרעטן צו דער ערד מײַן לעבן,

און מײַן כּבֿוד אין שטױב לײגן.

סֶלָה.

7 שטײ אױף, ה׳, אין דײַן כּעס,

דערהײב דיך אין גרימצאָרן קעגן מײַנע פֿײַנט,

און דערװעק פֿאַר מיר דעם משפּט װאָס דו האָסט אָנגעזאָגט.

8 און װי די עדה פֿון די פֿעלקער דיך רינגלט אַרום,

קער זיך אום איבער איר צו דער הײך.

9 ה׳, װאָס משפּטסט די פֿעלקער,

משפּט מיך, ה׳, לױט מײַן גערעכטיקײט

און לױט מײַן ערלעכקײט אין מיר.

10 זאָל שױן זיך עקן דאָס בײז פֿון די רשעים,

און דו זאָלסט אױפֿריכטן דעם צדיק;

װאָרעם דו פּרוּװסט די הערצער און נירן, אלֹקים דו גערעכטער.

11 מײַן באַשיץ איז אױף אלֹקים;

ער העלפֿט די רעכטפֿאַרטיקע הערצער.

12 אלֹקים איז אַ גערעכטער ריכטער,

און אַ צערנדיקער אֵל אַלע טאָג.

13 פֿאַר װאָר, ער שלײַפֿט נאָכאַנאַנד זײַן שװערד,

ער שפּאַנט זײַן בױגן און שטעלט אים אָן.

14 און ער גרײט זיך אָן געצײַג פֿון טױט,

ער מאַכט ברענעדיק שאַרף זײַנע פֿײַלן.

15 זע, ער אַנטפֿאַנגט אומרעכט,

און ער טראָגט אומגליק, און געבערט ליגן.

16 ער גראָבט אַ גרוב און הױלט זי אױס,

און פֿאַלט אין דעם אָפּגרונט װאָס ער מאַכט,

17 זײַן אומרעכט װעט זיך אומקערן אױף זײַן קאָפּ,

און אױף זײַן שאַרבן װעט נידערן זײַן פֿאַרברעך.

18 איך װעל לױבן ה׳ לױט זײַן גערעכטיקײט,

און באַזינגען דעם נאָמען פֿון ה׳ דעם עליון.

Veja também