Pular para o conteúdo
Publicidade

Salmos 29

1 אַ מיזמור פֿון דָוִדן.

גיט צו ה׳, איר מאַכטיקע,

גיט צו ה׳ כּבֿוד און שטאַרקײט,

2 גיט צו ה׳ דעם כּבֿוד פֿון זײַן נאָמען,

בוקט זיך צו ה׳ מיט הײליקן אָפּשײַ.

3 דער קֹול פֿון ה׳ איז אױף די װאַסערן,

דער אֵל פֿון פּראַכט טוט דונערן,

ה׳ אױף װאַסערן גרױסע.

4 דער קֹול פֿון ה׳ איז מיט מאַכט,

דער קֹול פֿון ה׳ איז מיט שײנקײט,

5 דער קֹול פֿון ה׳ צעברעכט צעדערן,

און ה׳ צעברעכט די צעדערן פֿון לבֿנוֹן.

6 און ער מאַכט זײ שפּרינגען װי אַ קאַלב,

לבֿנוֹן און שִׂריוֹן, װי אַ יונג װיזלטיר.

7 דער קֹול פֿון ה׳ האַקט אױס פֿלאַמען פֿײַער.

8 דער קֹול פֿון ה׳ מאַכט ציטערן דעם מדבר,

ה׳ מאַכט ציטערן דעם מדבר פֿון קָדֵש.

9 דער קֹול פֿון ה׳ מאַכט הינדינס געבערן

און טוט װעלדער אַנטבלױזן;

און אין זײַן הֵיכל זאָגט איטלעכער: פּראַכטיק!

10 ה׳ האָט בײַם מבול געטראָנט,

און ה׳ טראָנט װי אַ מלך אױף אײביק.

11 ה׳ װעט זײַן פֿאָלק געבן שטאַרקײט,

ה׳ װעט בענטשן זײַן פֿאָלק מיט שלום.

Veja também