Pular para o conteúdo
Publicidade

תְּהִלִּים 143

1 אַ מיזמור פֿון דָוִדן.

ה׳, הער מײַן תּפֿילה, פֿאַרנעם מײַנע געבעטן,

אין דײַן טרײַשאַפֿט ענטפֿער מיר, אין דײַן גערעכטיקײט.

2 און זאָלסט נישט גײן אין משפּט מיט דײַן קנעכט,

װאָרעם קײן לעבעדיקער קען נישט גערעכט זײַן פֿאַר דיר.

3 װאָרעם דער פֿײַנט האָט גערודפֿט מײַן זעל,

ער האָט צוגעדריקט צו דער ערד מײַן לעבן,

ער האָט מיך אַרײַנגעזעצט אין פֿינצטערנישן,

װי געשטאָרבענע פֿון לאַנג אָן.

4 און מײַן געמיט פֿאַרגײט אין מיר,

מײַן האַרץ װערט באַנומען אין מיר.

5 איך האָב זיך דערמאָנט די טעג פֿון אַ מאָל,

איך האָב געטראַכט אָן אַל דײַן טוּונג;

אָן דעם װערק פֿון דײַנע הענט טו איך קלערן.

6 איך האָב אױסגעשפּרײט מײַנע הענט צו דיר,

מײַן זעל װי אַ פֿאַרשמאַכט לאַנד צו דיר.

סֶלָה.

7 ענטפֿער מיר גיך, ה׳, מײַן געמיט גײט אױס;

זאָלסט נישט פֿאַרבאָרגן דײַן פּנים פֿון מיר,

אַזיסט װעל איך געגליכן זײַן צו די גענידערטע אין גרוב.

8 לאָז מיך הערן אין פֿרימאָרגן דײַן חֶסֶד,

װאָרעם אױף דיר האָב איך מיך פֿאַרזיכערט.

לאָז מיך װיסן דעם װעג װאָס איך זאָל גײן,

װאָרעם צו דיר האָב איך אױפֿגעהױבן מײַן זעל.

9 זײַ מיך מציל, ה׳, פֿון מײַנע פֿײַנט;

בײַ דיר האָב איך מיך פֿאַרבאָרגן.

10 לערן מיך צו טאָן דײַן רָצון,

װאָרעם דו ביסט מײַן ג-ט;

דײַן גוטער גײַסט זאָל מיך פֿירן אױף אַ גלײַכן לאַנד.

11 פֿון דײַן נאָמען װעגן, ה׳, זאָלסטו מיך אױפֿלעבן,

אין דײַן גערעכטיקײט זאָלסטו אַרױסציען פֿון נױט מײַן זעל.

12 און אין דײַן חֶסֶד זאָלסטו פֿאַרשנײַדן מײַנע פֿײַנט,

און אונטערברענגען אַלע װאָס דריקן מײַן זעל,

װאָרעם איך בין דײַן קנעכט.

Todos os capítulos de תְּהִלִּים 150
  1. 1
  2. 2
  3. 3
  4. 4
  5. 5
  6. 6
  7. 7
  8. 8
  9. 9
  10. 10
  11. 11
  12. 12
  13. 13
  14. 14
  15. 15
  16. 16
  17. 17
  18. 18
  19. 19
  20. 20
  21. 21
  22. 22
  23. 23
  24. 24
  25. 25
  26. 26
  27. 27
  28. 28
  29. 29
  30. 30
  31. 31
  32. 32
  33. 33
  34. 34
  35. 35
  36. 36
  37. 37
  38. 38
  39. 39
  40. 40
  41. 41
  42. 42
  43. 43
  44. 44
  45. 45
  46. 46
  47. 47
  48. 48
  49. 49
  50. 50
  51. 51
  52. 52
  53. 53
  54. 54
  55. 55
  56. 56
  57. 57
  58. 58
  59. 59
  60. 60
  61. 61
  62. 62
  63. 63
  64. 64
  65. 65
  66. 66
  67. 67
  68. 68
  69. 69
  70. 70
  71. 71
  72. 72
  73. 73
  74. 74
  75. 75
  76. 76
  77. 77
  78. 78
  79. 79
  80. 80
  81. 81
  82. 82
  83. 83
  84. 84
  85. 85
  86. 86
  87. 87
  88. 88
  89. 89
  90. 90
  91. 91
  92. 92
  93. 93
  94. 94
  95. 95
  96. 96
  97. 97
  98. 98
  99. 99
  100. 100
  101. 101
  102. 102
  103. 103
  104. 104
  105. 105
  106. 106
  107. 107
  108. 108
  109. 109
  110. 110
  111. 111
  112. 112
  113. 113
  114. 114
  115. 115
  116. 116
  117. 117
  118. 118
  119. 119
  120. 120
  121. 121
  122. 122
  123. 123
  124. 124
  125. 125
  126. 126
  127. 127
  128. 128
  129. 129
  130. 130
  131. 131
  132. 132
  133. 133
  134. 134
  135. 135
  136. 136
  137. 137
  138. 138
  139. 139
  140. 140
  141. 141
  142. 142
  143. 143
  144. 144
  145. 145
  146. 146
  147. 147
  148. 148
  149. 149
  150. 150

Estes versículos te tocaram? Ore agora!

+581 estão orando agora.

Junte-se à corrente de oração.