Pular para o conteúdo
Publicidade

Salmos 99

1 ה׳ טוט קיניגן,

זאָלן ציטערן די פֿעלקער;

ער טראָנט איבער די כּרובֿים,

זאָל זיך װאַקלען די ערד.

2 ה׳ איז גרױס אין צִיוֹן,

און ער איז דערהױבן איבער אַלע פֿעלקער.

3 זאָלן זײ לױבן דײַן גרױסן און פֿאָרכטיקן נאָמען

הײליק איז ער!

4 און די שטאַרקײט פֿון דעם מלך װאָס האָט ליב גערעכטיקײט.

דו האָסט אױפֿגעשטעלט יושר,

רעכט און גערעכטיקײט האָסטו אין יעקבֿ געטאָן.

5 דערהײבט ה׳ אלוקינו,

און בוקט זיך צו זײַן פֿוסבענקל הײליק איז ער!

6 משה און אַהרֹן זײַנען געװען צװישן זײַנע כּהנים,

און שמוּאֵל צװישן די װאָס רופֿן זײַן נאָמען;

זײ פֿלעגן רופֿן צו ה׳,

און ער פֿלעגט זײ ענטפֿערן.

7 אין אַ װאָלקנזײַל פֿלעגט ער רעדן צו זײ;

זײ האָבן געהיט זײַנע צײגנים,

און דאָס געזעץ װאָס ער האָט זײ געגעבן.

8 ה׳ אלוקינו, דו האָסט זײ געענטפֿערט:

אַ פֿאַרגעביקער אֵל ביסטו זײ געװען,

און האָסט זיך נוקם געװען פֿון זײערע װעגן.

9 דערהײבט ה׳ אלוקינו,

און בוקט זיך צו זײַן הײליקן באַרג,

װאָרעם הײליק איז ה׳ אלוקינו.

Veja também