Pular para o conteúdo
Publicidade

Dependência

Por Bíblia Online

A dependência de Deus é o caminho da verdadeira liberdade. Sem Cristo, nada podemos fazer. Mas em Deus encontramos sustento, direção e força para todo desafio.

Sem Ele nada podemos

Sem mim nada podeis fazer. O cristão que se desconecta da videira seca — mas o que permanece dá muito fruto.

אַ מִכתָּם פֿון דָוִדן.

באַהיט מיך, אֵל,

װאָרעם איך האָב מיך באַשיצט אין דיר.

איך האַלט ה׳ פֿאַר מיר תּמיד,

װאָרעם אַז ער איז בײַ מײַן רעכטער האַנט, װעל איך נישט אומפֿאַלן.

אַ געזאַנג פֿון די אַרױפֿגאַנגען; פֿון שלמהן.

אַז ה׳ בױט נישט אַ הױז,

אומזיסט מיִען זיך זײַנע בױערס אױף אים;

אַז ה׳ היט נישט אַ שטאָט,

אומזיסט װאַכט דער שומר.

דו מיט דײַן האַנט האָסט פֿעלקער פֿאַרטריבן,

און זײ האָסטו אײַנגעפֿלאַנצט,

האָסט צעבראָכן אומות,

און זײ האָסט דו אַװעקגעשיקט.

ה׳ װעט מלחמה האַלטן פֿאַר אײַך, און איר װעט שטײן שטיל.

Depender do Senhor

Confia no Senhor de todo o coração e não te estribes no teu próprio entendimento. Em todos os caminhos o reconhece.

פֿאַרזיכער זיך אױף ה׳ מיט דײַן גאַנצן האַרצן,

און אױף דײַן פֿאַרשטאַנדיקײט זאָלסטו זיך נישט אָנלענען.

אין אַלע דײַנע װעגן טו אים קענען,

און ער װעט גלײַך מאַכן דײַנע שטעגן.

דעם מענטשנס האַרץ דענקט זײַן װעג,

אָבער ה׳ לענקט זײַן טריט.

פֿיל מחשבֿות זײַנען אין מענטשנס האַרצן,

אָבער ה׳ס באַראָט, ער װעט באַשטײן.

די ברכה פֿון ה׳, זי מאַכט רײַך,

מע דאַרף צו מאָל נישט צולײגן מי דערבײַ.

מײַן לײַב און מײַן האַרץ גײט אױס,

דער פֿעלדז פֿון מײַן האַרצן און מײַן חלק איז אײביק אלֹקים.

אַז מיר זאָלן זיך נישט אָפּקערן פֿון דיר;

זאָלסט אונדז אױפֿלעבן, אַז מיר רופֿן דײַן נאָמען.

אַ געזאַנג פֿון די אַרױפֿגאַנגען.

איך הײב אױף מײַנע אױגן צו די בערג:

פֿון װאַנען װעט קומען מײַן הילף?

מײַן הילף איז פֿון ה׳,

דעם באַשעפֿער פֿון הימל און ערד.

נישט לאָזן װעט ער זיך אױסגליטשן דײַן פֿוס;

נישט שלומערן װעט דײַן היטער.

װען איך זאָג: מײַן פֿוס גליטשט זיך אױס,

לענט מיך אונטער, ה׳, דײַן חֶסֶד.

פֿון ענגעניש האָב איך גערופֿן ה׳,

האָט ה׳ מיר געענטפֿערט מיט דער ברײטערניש.

אַ מיזמור פֿון דָוִדן.

ה׳ איז מײַן פּאַסטוך,

מיר װעט נישט פֿעלן.

אױף גראָזיקע פֿיטערפּלעצער מאַכט ער מיך לײגן,

בײַ רויִקע װאַסערן טוט ער מיך פֿירן.

Contentamento e confiança

Aprendi a viver contente em toda situação. A dependência de Deus nos livra da ansiedade e nos firma na paz.

װאָרעם איך בין ה׳ דײַן ג-ט

װאָס האַלט דײַן רעכטע האַנט,

דער װאָס זאָגט צו דיר:

זאָלסט נישט מורא האָבן, איך העלף דיך.

ער גיט דעם מידן כּוֹח,

און דעם אוממאַכטיקן מערט ער שטאַרקײט.

װאָרעם װער בין איך, און װער איז מײַן פֿאָלק, אַז מיר זאָלן האָבן בכּוֹח מנדבֿ צו זײַן אַזױ-װאָס? נאָר פֿון דיר איז אַלץ, און פֿון דײַן האַנט האָבן מיר דיר געגעבן.

Seja o primeiro