Pular para o conteúdo
Publicidade

Deus é nosso refúgio

Por Bíblia Online

Deus é nosso refúgio e fortaleza, socorro bem presente nas angústias. Quando o mundo treme, o crente encontra paz sob as asas do Altíssimo.

Refúgio e fortaleza

Deus é nosso refúgio e fortaleza. Quem habita no abrigo do Altíssimo descansa à sombra do Todo-Poderoso.

פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; פֿון די קינדער פֿון קֹרַח; אױף עַלָמות; אַ ליד.

דו װאָס זיצסט אין דער פֿאַרבאָרגעניש פֿון עליון,

װאָס אין שאָטן פֿון שַדַי װײַלסטו,

איך זאָג אױף ה׳, מײַן באַשיצונג און מײַן פֿעסטונג

מײַן ג-ט װאָס איך פֿאַרזיכער זיך אױף אים,

אַז ער װעט דיך מציל זײַן פֿון פֿױגלפֿאַנגערס נעץ,

פֿון דער פּעסט פֿון פֿאַרטיליקונג.

מיט זײַן פֿלעדער װעט ער דיך באַשירעמען,

און אונטער זײַנע פֿליגלען װעסטו זיך שיצן;

אַ שילד און אַ שילד איז זײַן טרײַשאַפֿט.

פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; פֿון דעם קנעכט פֿון ה׳, פֿון דָוִדן, װאָס האָט גערעדט צו ה׳ די װערטער פֿון דעם דאָזיקן געזאַנג אין דעם טאָג װאָס ה׳ האָט אים מציל געװען פֿון דער האַנט פֿון אַלע זײַנע פֿײַנט, און פֿון דער מאַכט פֿון שָאולן. און ער האָט געזאָגט:

איך האָב דיך ליב, ה׳ מײַן שטאַרקײט;

ה׳ איז מײַן פֿעלדז און מײַן פֿעסטונג,

און דער װאָס מאַכט מיך אַנטרינען.

מײַן אֵל איז מײַן פֿעלדז װאָס איך שיץ מיך אין אים,

מײַן שילד און דער האָרן פֿון מײַן הילף, מײַן טורעם.

אַ מִכתָּם פֿון דָוִדן.

באַהיט מיך, אֵל,

װאָרעם איך האָב מיך באַשיצט אין דיר.

פֿון דָוִדן.

ה׳ איז מײַן ליכט און מײַן הילף,

פֿאַר װעמען זאָל איך מורא האָבן?

ה׳ איז די פֿעסטונג פֿון מײַן לעבן,

פֿאַר װעמען זאָל איך אַנגסטן?

אַז די שלעכטסטוער גענענען צו מיר

צו עסן מײַן פֿלײש

מײַנע דריקער און מײַנע פֿײַנט

װערן זײ געשטרױכלט און פֿאַלן.

אַז אַ מחנה זאָל לאַגערן אױף מיר,

װעט נישט מורא האָבן מײַן האַרץ;

אַז אַ מלחמה זאָל אָנשטײן אױף מיר,

בין איך פֿון דעסט װעגן זיכער.

פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; אַ מיזמור פֿון דָוִדן.

אין דיר, ה׳, טו איך מיך שיצן,

לאָמיך נישט פֿאַרשעמט װערן קײן מאָל;

אין דײַן גערעכטיקײט מאַך מיך אַנטרינען.

נײַג צו דײַן אױער צו מיר,

זײַ מיך מציל געשװינט;

זײַ מיר פֿאַר אַ פֿעלדז פֿון באַשיצונג,

פֿאַר אַ באַפֿעסטיקט הױז מיך צו העלפֿן.

װאָרעם דו ביסט מײַן פֿעלדז און מײַן פֿעסטונג,

און פֿון דײַן נאָמען װעגן זאָלסטו מיך פֿירן און מיך באַלײטן.

זאָלסט מיך אַרױסציען פֿון דער נעץ

װאָס זײ האָבן מיר אונטערגעלײגט,

װאָרעם דו ביסט מײַן באַשיצונג,

זײַ מיר פֿאַר אַ פֿעלדז פֿון באַשיצונג

װוּהין תּמיד צו קומען;

באַשער מיר צו העלפֿן,

װאָרעם דו ביסט מײַן פֿעלדז און מײַן פֿעסטונג.

Proteção e segurança

O Senhor é a minha rocha e a minha fortaleza. Melhor é confiar no Senhor do que confiar no homem.

בעסער זיך באַשיצן אין ה׳,

אײדער זיך פֿאַרזיכערן אױף אַ מענטשן.

בעסער זיך באַשיצן אין ה׳,

אײדער זיך פֿאַרזיכערן אױף פֿירשטן.

רַק זײ עֵצהן זיך פֿון זײַן הױכקײט אים אַראָפּצושטױסן;

זײ האָבן הנאה פֿון ליגן;

מיט זײער מױל בענטשן זײ,

און אין זיך שילטן זײ.

סֶלָה.

נאָר צו אלֹקים, טו האַרן, מײַן זעל,

װאָרעם פֿון אים איז מײַן האָפֿונג.

נאָר ער איז מײַן פֿעלדז און מײַן הילף,

מײַן פֿעסטונג, איך זאָל זיך נישט אױסגליטשן.

בײַ אלֹקים איז מײַן הילף און מײַן כּבֿוד;

דער פֿעלדז פֿון מײַן שטאַרקײט, מײַן באַשיצונג איז אין אלֹקים.

אָבער איך װעל באַזינגען דײַן שטאַרקײט,

און װעל שאַלן פֿרימאָרגנס דײַן חֶסֶד.

װאָרעם דו ביסט מיר געװען אַ פֿעסטונג,

און אַן אַנטרינונג אין טאָג פֿון מײַן נױט.

אַ תּפֿילה פֿון משה דעם מאַן פֿון ג-ט.

אֲדֹנָי, דו ביסט אונדז געװען באַשיצונג אין אַלע דורות.

אײדער די בערג זײַנען געבאָרן געװאָרן,

און דו האָסט באַשאַפֿן די ערד און די װעלט,

און פֿון אײביקײט ביז אײביקײט,

ביסט דו אֵל.

און ער װעט משפּטן די װעלט מיט גערעכטיקײט,

ער װעט דָן זײַן די פֿעלקער מיט יושר.

און ה׳ װעט זײַן אַ פֿעסטונג דעם געדריקטן,

אַ פֿעסטונג אין צײַטן פֿון נױט.

דײַן גערעכטיקײט איז װי די מאַכטיקע בערג,

דײַנע משפּטים װי דער גרױסער תּהום;

מענטשן און בהמות טוסטו העלפֿן, ה׳.

Em todo tempo

O Senhor é bom e é fortaleza no dia da angústia. A torre forte do nome do Senhor protege os seus em toda circunstância.

גוט איז ה׳,

פֿאַר אַ פֿעסטונג אין טאָג פֿון נױט;

און ער װײס די װאָס שיצן זיך אין אים.

װאָרעם ביסט געװען אַ פֿעסטונג דעם אָרעמאַן,

אַ פֿעסטונג דעם באַדערפֿטיקן אין זײַן נױט,

אַ שוץ פֿון גוסרעגן,

אַ שאָטן פֿון היץ;

װאָרעם דער צאָרן פֿון די מאַכטיקע

איז װי אַ גוסרעגן אױף אַ װאַנט.

אין מורא פֿאַר ה׳ איז אַ שטאַרקער בטחון,

און פֿאַר די קינדער װעט עס זײַן אַ באַשיצונג.

אַ באַשיצונג פֿאַר ערלעכקײט איז דער װעג פֿון ה׳,

אָבער אַ בראָך פֿאַר די װאָס טוען אומרעכט.

Seja o primeiro