Pular para o conteúdo
Publicidade

Salmos 27

1 פֿון דָוִדן.

ה׳ איז מײַן ליכט און מײַן הילף,

פֿאַר װעמען זאָל איך מורא האָבן?

ה׳ איז די פֿעסטונג פֿון מײַן לעבן,

פֿאַר װעמען זאָל איך אַנגסטן?

2 אַז די שלעכטסטוער גענענען צו מיר

צו עסן מײַן פֿלײש

מײַנע דריקער און מײַנע פֿײַנט

װערן זײ געשטרױכלט און פֿאַלן.

3 אַז אַ מחנה זאָל לאַגערן אױף מיר,

װעט נישט מורא האָבן מײַן האַרץ;

אַז אַ מלחמה זאָל אָנשטײן אױף מיר,

בין איך פֿון דעסט װעגן זיכער.

4 אײנס האָב איך פֿאַרלאַנגט פֿון ה׳,

דאָס טו איך בעטן:

איך זאָל זיצן אין הױז פֿון ה׳

אַלע טעג פֿון מײַן לעבן,

צו זען די ליבלעכקײט פֿון ה׳,

און זיך צו פֿעדערן אין זײַן הֵיכל.

5 װאָרעם ער באַהאַלט מיך אין זײַן בײַדל,

אין דעם טאָג פֿון בײז,

ער פֿאַרבאָרגט מיך אין דער פֿאַרבאָרגעניש פֿון זײַן געצעלט,

אױף אַ פֿעלדז טוט ער מיך דערהײבן.

6 און אַצונד װעט זיך הײבן מײַן קאָפּ

איבער מײַנע פֿײַנט רונד אַרום מיר,

און איך װעל שלאַכטן אין זײַן געצעלט שלאַכטאָפּפֿער מיט געשאַל,

איך װעל זינגען און שפּילן צו ה׳.

7 הער, ה׳, מײַן קֹול טו איך רופֿן

און לײַטזעליק מיך, און ענטפֿער מיר.

8 מײַן האַרץ זאָגט פֿאַר דיר: זוכט מײַן פּנים!

דײַן פּנים, ה׳, טו איך זוכן.

9 זאָלסט נישט פֿאַרבאָרגן דײַן פּנים פֿון מיר,

זאָלסט נישט אָפּנײַגן אין צאָרן דײַן קנעכט;

ביסט מײַן הילף געװען, זאָלסט מיך נישט אַװעקװאַרפֿן,

און זאָלסט מיך נישט פֿאַרלאָזן, אלֹקים פֿון מײַן ישועה.

10 אַפֿילו מײַן פֿאָטער און מײַן מוטער זאָלן מיך פֿאַרלאָזן,

װעט אָבער ה׳ מיך אַרײַננעמען.

11 װײַז מיר, ה׳, דײַן װעג,

און פֿיר מיך אין גלײַכן שטעג,

פֿון װעגן מײַנע לױערער.

12 זאָלסט מיך נישט געבן אױף דעם באַראָט פֿון מײַנע פֿײַנט;

װאָרעם פֿאַלשע עדות זײַנען אױפֿגעשטאַנען קעגן מיר,

און דער װאָס אָטעמט מיט אומרעכט.

13 װען איך װאָלט נישט געגלױבט צו זען דאָס גוטס פֿון ה׳,

אין לאַנד פֿון די לעבעדיקע!

14 האָף צו ה׳, זײַ שטאַרק,

און זאָל פֿעסט זײַן דײַן האַרץ;

יאָ, האָף צו ה׳.

Veja também