Pular para o conteúdo
Publicidade

Salmos 59

1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; אַל-תַּשחֵת; פֿון דָוִדן אַ מִכתָּם, װען שָאול האָט געשיקט, און מע האָט געהיט דאָס הױז, כּדי אים צו טײטן.

2 זײַ מיך מציל פֿון מײַנע פֿײַנט, מײַן ג-ט,

פֿון די װאָס שטײען אָן אױף מיר זאָלסטו מיך באַשיצן.

3 זײַ מיך מציל פֿון די װאָס טוען אומרעכט,

און פֿון בלוטיקע לײַט טו מיך העלפֿן.

4 װאָרעם זע, זײ האָבן געלױערט אױף מײַן זעל;

עס קלײַבן זיך די פֿאַרשײַטע אױף מיר;

נישט פֿאַר מײַן פֿאַרברעך און נישט פֿאַר מײַן חטא, ה׳.

5 אָן אַ זינד פֿון מיר, לױפֿן זײ און ברײטן זיך אָן;

דערװעק זיך מיר אַנטקעגן, און זע.

6 דו ביסט דאָך ה׳ אלֹקים צבָֿאוֹת,

אלוקי יִשׂרָאֵל,

װאַך אױף זיך צו רעכענען מיט אַלע פֿעלקער;

נישט לײַטזעליקן זאָלסטו אַלע אומגערעכטע פֿעלשער.

סֶלָה.

7 אַלע אָװנט קומען זײ װידער,

זײ װױען װי אַ הונט,

און דרײען זיך אום אין שטאָט.

8 זע, זײ גײַװערען מיט זײער מױל;

שװערדן זײַנען אין זײערע ליפּן;

װאָרעם: װער הערט דען?

9 אָבער דו ה׳ טוסט לאַכן פֿון זײ,

טוסט שפּאָטן פֿון אַלע פֿעלקער.

10 מײַן שטאַרקײט, אױף דיר װעל איך װאַרטן;

װאָרעם אלֹקים איז מײַן פֿעסטונג.

11 דער ג-ט פֿון מײַן גענאָד װעט מיר אַנטקעגן קומען,

אלֹקים װעט מיך לאָזן זען אױף מײַנע לױערער.

12 נישט הרגען זאָלסטו זײ, כּדי מײַן פֿאָלק זאָל נישט פֿאַרגעסן;

צעטרײסל זײ מיט דײַן מאַכט, און װאַרף זײ אַנידער,

אָ אֲדֹנָי אונדזער שילד.

13 פֿאַר דער זינד פֿון זײער מױל, דעם גערײד פֿון זײערע ליפּן,

זאָלן זײ באַצװוּנגען װערן אין זײער גאװה,

און פֿאַר די קללות און פֿאַר די ליגנס װאָס זײ רעדן.

14 פֿאַרלענד אין גרימצאָרן,

פֿאַרלענד אַז זײ זאָלן מער נישט זײַן,

און זאָל מען װיסן אַז אלֹקים געװעלטיקט אין יעקבֿ,

ביז די עקן פֿון דער ערד.

סֶלָה.

15 יאָ, אַלע אָװנט קומען זײ װידער,

זײ װױען װי אַ הונט,

און דרײען זיך אום אין שטאָט.

16 זײ װאַנדערן אַרום צו פֿאַרצערן,

און בלײַבן אַ גאַנצע נאַכט ביז זײ װערן נישט זאַט.

17 אָבער איך װעל באַזינגען דײַן שטאַרקײט,

און װעל שאַלן פֿרימאָרגנס דײַן חֶסֶד.

װאָרעם דו ביסט מיר געװען אַ פֿעסטונג,

און אַן אַנטרינונג אין טאָג פֿון מײַן נױט.

18 מײַן שטאַרקײט, צו דיר װעל איך זינגען,

װאָרעם אלֹקים איז מײַן פֿעסטונג, דער אלֹקים פֿון מײַן גענאָד.

Veja também