Encorajamento
O encorajamento é uma das vocações mais lindas do cristão. A Bíblia transborda de palavras de ânimo: não temas, levanta-te, Eu sou contigo. Deus nos encoraja para encorajarmos outros.
Não temas
Deus diz repetidamente: não temas, Eu sou contigo. Ele fortalece, sustenta e caminha ao nosso lado em cada desafio.
זאָלסט נישט מורא האָבן, װאָרעם איך בין מיט דיר,
זאָלסט זיך נישט אומקוקן, װאָרעם איך בין דײַן ג-ט;
איך שטאַרק דיך און איך העלף דיך,
און איך לען דיך אונטער מיט דער רעכטער האַנט פֿון מײַן גערעכטיקײט.
אַז דו װעסט גײן דורך װאַסער, בין איך מיט דיר,
און אַז דורך טײַכן, װעלן זײ דיך נישט פֿאַרפֿלײצן;
און דו װעסט גײן דורך פֿײַער, װעסטו נישט אָנגעברענט װערן,
און קײן פֿלאַם װעט דיך נישט אָנצינדן.
װײַל טײַער ביסטו אין מײַנע אױגן,
געאַכט, און איך האָב דיך ליב;
דערום גיב איך מענטשן אַנשטאָט דיר,
און פֿעלקער אַנשטאָט דײַן לעבן.
זאָלסט נישט מורא האָבן,
װאָרעם איך בין מיט דיר;
פֿון מזרח װעל איך ברענגען דײַן זאָמען,
און פֿון מערבֿ װעל איך דיך אײַנזאַמלען;
זאָלסט נישט מורא האָבן,
װאָרעם װעסט נישט אין ביוש בלײַבן,
און זאָלסט נישט פֿאַרשעמט זײַן,
װאָרעם װעסט נישט צו שאַנד װערן.
װאָרעם דעם ביוש פֿון דײַן יוגנט װעסטו פֿאַרגעסן,
און די חרפּה פֿון דײַן אַלמנהשאַפֿט װעסטו מער נישט דערמאָנען.
איך בין געװען צו דערבעטן
פֿאַר די װאָס האָבן נישט געפֿרעגט;
איך בין געװען צו געפֿינען
פֿאַר די װאָס האָבן מיך נישט געזוכט;
איך האָב געזאָגט: דאָ בין איך, דאָ בין איך!
צו אַ פֿאָלק װאָס רופֿט זיך נישט אױף מײַן נאָמען.
אָבער די װאָס האָפֿן אױף ה׳ װעלן באַנײַען דעם כּוֹח,
זײ װעלן אױפֿהײבן פֿליגלען װי די אָדלערס;
זײ װעלן לױפֿן און נישט מיד װערן,
זײ װעלן גײן און נישט מאַט װערן.
און איך האָב געהערט דעם קֹול פֿון אֲדֹנָי װי ער זאָגט: װעמען זאָל איך שיקן, און װער זאָל אונדז גײן?
האָב איך געזאָגט: דאָ בין איך; שיק מיך.
פֿאַר װאָר, איך זאָג דיר אָן: זײַ שטאַרק און פֿעסט, זאָלסט נישט פֿאָרכטן און נישט אַנגסטן, װאָרעם ה׳ דײַן ג-ט איז מיט דיר אומעטום װוּ דו װעסט גײן.
פֿאַר װאָר, איך זאָג דיר אָן: זײַ שטאַרק און פֿעסט, זאָלסט נישט פֿאָרכטן און נישט אַנגסטן, װאָרעם ה׳ דײַן ג-ט איז מיט דיר אומעטום װוּ דו װעסט גײן.
האָט געענטפֿערט דאָס פֿאָלק און האָט געזאָגט: חלילה אונדז צו פֿאַרלאָזן ה׳, כּדי צו דינען פֿרעמדע ג-טער! װאָרעם ה׳ אלוקינו איז דער װאָס האָט אױפֿגעבראַכט אונדז און אונדזערע עלטערן פֿון לאַנד מִצרַיִם, פֿון דעם הױז פֿון קנעכטשאַפֿט, און װאָס האָט געטאָן פֿאַר אונדזערע אױגן די דאָזיקע גרױסע צײכנס, און האָט אונדז אָפּגעהיט אױף דעם גאַנצן װעג װאָס מיר זײַנען געגאַנגען אױף אים, און צװישן אַלע פֿעלקער װאָס מיר זײַנען דורכגעגאַנגען דורך זײ.
זײַט שטאַרק און פֿעסט, איר זאָלט נישט מורא האָבן און זיך נישט שרעקן פֿאַר זײ, װאָרעם ה׳ דײַן ג-ט, ער איז דער װאָס גײט מיט דיר; ער װעט דיך נישט אָפּלאָזן און דיך נישט פֿאַרלאָזן.
און ה׳, ער איז דער װאָס גײט דיר פֿאַרױס; ער װעט זײַן מיט דיר, ער װעט דיך נישט אָפּלאָזן און דיך נישט פֿאַרלאָזן; זאָלסט נישט מורא האָבן און נישט אַנגסטן.
Deus está conosco
Se Deus é por nós, quem será contra nós? Tudo posso naquele que me fortalece. Ele nos encoraja pela sua presença.
Ânimo nas lutas
No mundo tereis aflições, mas tende bom ânimo — Eu venci o mundo. O Senhor é refúgio seguro em toda tribulação.
Promessas de conforto
Vinde a mim os cansados e sobrecarregados. Lança sobre Ele tuas ansiedades, pois Ele cuida de ti.
גלאַט זײַנען די שמאַנטיקע רײד פֿון זײַן מױל,
און זײַן האַרץ איז מלחמה;
װײכער פֿון בױמל זײַנען זײַנע װערטער,
אָבער זײ זײַנען שװערדן בלױזע.
אַפֿילו אַז איך גײ אין טאָל פֿון טױטשאָטן,
האָב איך נישט מורא פֿאַר בײז,
װאָרעם דו ביסט מיט מיר;
דײַן רוּט און דײַן שטעקן, זײ טוען מיך טרײסטן.
אַפֿילו אַז איך גײ אין טאָל פֿון טױטשאָטן,
האָב איך נישט מורא פֿאַר בײז,
װאָרעם דו ביסט מיט מיר;
דײַן רוּט און דײַן שטעקן, זײ טוען מיך טרײסטן.
פֿון דָוִדן.
ה׳ איז מײַן ליכט און מײַן הילף,
פֿאַר װעמען זאָל איך מורא האָבן?
ה׳ איז די פֿעסטונג פֿון מײַן לעבן,
פֿאַר װעמען זאָל איך אַנגסטן?
האָף צו ה׳, זײַ שטאַרק,
און זאָל פֿעסט זײַן דײַן האַרץ;
יאָ, האָף צו ה׳.
האָט ליב ה׳, איר אַלע זײַנע פֿרומע;
די געטרײַע טוט אָפּהיטן ה׳,
און באַצאָלט מיט אַן איבערמאָס דעם װאָס טוט האָפֿערדיק.
איך װעל דיך קלוג מאַכן
און דיר װײַזן דעם װעג װאָס דו זאָלסט גײן,
איך װעל האַלטן מײַן אױג אױף דיר.
פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; פֿון די קינדער פֿון קֹרַח; אױף עַלָמות; אַ ליד.
אלֹקים איז אונדז אַ באַשיצונג און אַ שטאַרקײט,
אַ הילף אין צרות, גרינג צו געפֿינען.
דערום װעלן מיר נישט מורא האָבן,
װען די ערד זאָל זיך בײַטן,
און װען די בערג זאָלן אומפֿאַלן
אין האַרצן פֿון ים.
אײַנשלינגען װילן מיך מײַנע לױערער אַ גאַנצן טאָג,
יאָ פֿיל, דו העכסטער, שטרײַטן אױף מיר.
דעם טאָג װאָס איך האָב מורא
פֿאַרזיכער איך מיך אױף דיר.
און זאָל די ליבלעכקײט פֿון אֲדֹנָי אלוקינו זײַן אױף אונדז;
און באַפֿעסטיק פֿאַר אונדז דאָס װערק פֿון אונדזערע הענט,
יאָ, דאָס װערק פֿון אונדזערע הענט, באַפֿעסטיק עס.
אַ געזאַנג פֿון די אַרױפֿגאַנגען.
איך הײב אױף מײַנע אױגן צו די בערג:
פֿון װאַנען װעט קומען מײַן הילף?
מײַן הילף איז פֿון ה׳,
דעם באַשעפֿער פֿון הימל און ערד.
איך האַלט ה׳ פֿאַר מיר תּמיד,
װאָרעם אַז ער איז בײַ מײַן רעכטער האַנט, װעל איך נישט אומפֿאַלן.
און ער װעט משפּטן די װעלט מיט גערעכטיקײט,
ער װעט דָן זײַן די פֿעלקער מיט יושר.
און ה׳ װעט זײַן אַ פֿעסטונג דעם געדריקטן,
אַ פֿעסטונג אין צײַטן פֿון נױט.
Encorajar uns aos outros
Encorajai-vos mutuamente e edificai-vos uns aos outros. Não desanimemos — a bondade do Senhor é nova a cada manhã.
און דָוִד האָט געזאָגט צו זײַן זון שלמהן: זײַ שטאַרק און פֿעסט, און טו; זאָלסט נישט מורא האָבן און נישט אַנגסטן, װאָרעם ה׳ אלֹקים, מײַן ג-ט, איז מיט דיר; ער װעט דיך נישט אָפּלאָזן און נישט פֿאַרלאָזן, ביז די גאַנצע אַרבעט פֿאַר דעם דינסט פֿון הױז פֿון ה׳ װעט זײַן געענדיקט.
ה׳ דײַן ג-ט איז צװישן דיר,
אַ גיבור װאָס העלפֿט;
ער װעט זיך פֿרײען מיט שׂימחה אױף דיר,
ער װעט פֿאַרשװײַגן אין זײַן ליבשאַפֿט,
ער װעט זיך פֿרײען אױף דיר מיט געזאַנג.
װאָרעם איך װײס די טראַכטונגען װאָס איך טראַכט װעגן אײַך, זאָגט ה׳, טראַכטונגען פֿון פֿריד, און נישט צום בײזן, כּדי אײַך צו געבן אַ צוקונפֿט און אַ האָפֿענונג.
אין יעטװעדער אָנשטרענג איז דאָ אַ נוץ,
אָבער ליפּנגערײד איז בלױז צום שאָדן.
Deus chama pelo nome
Ao longo da Bíblia, Deus chamou seus servos pelo nome — Abraão, Moisés, Samuel, Paulo — encorajando cada um pessoalmente.
און אלֹקים האָט גערעדט צו יִשׂרָאֵלן אין זעונגען פֿון דער נאַכט, און האָט געזאָגט: יעקבֿ, יעקבֿ! האָט ער געזאָגט: דאָ בין איך.
און דער מלאך פֿון האלֹקים האָט געזאָגט צו מיר אין חלום: יעקבֿ! און איך האָב געזאָגט: דאָ בין איך.
האָט דער מלאך פֿון ה׳ גערופֿן צו אים פֿון הימל, און האָט געזאָגט: אבֿרהם! אבֿרהם! האָט ער געענטפֿערט: דאָ בין איך.
און װי ה׳ האָט געזען, אַז ער האָט אָפּגעקערט צו זען, אַזױ האָט אלֹקים גערופֿן צו אים פֿון מיטן דאָרן, און האָט געזאָגט: משה! משה! האָט ער געענטפֿערט: דאָ בין איך.
האָט עלי גערופֿן שמוּאֵלן, און האָט געזאָגט: שמוּאֵל מײַן זון! האָט ער געזאָגט: דאָ בין איך.