1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער, אױף יוֹנהס אֵלֶם רחוֹקים; פֿון דָוִדן אַ מִכתָּם, װען די פּלִשתּים האָבן אים געכאַפּט אין גַת.
2 לײַטזעליק מיך, אלֹקים,
װאָרעם אײַנשלינגען װיל מיך אַ מענטש;
אַ גאַנצן טאָג דריקט ער מיך שטרײַטנדיק.
3 אײַנשלינגען װילן מיך מײַנע לױערער אַ גאַנצן טאָג,
יאָ פֿיל, דו העכסטער, שטרײַטן אױף מיר.
4 דעם טאָג װאָס איך האָב מורא
פֿאַרזיכער איך מיך אױף דיר.
5 אױף אלֹקים װאָס זײַן װאָרט טו איך לױבן,
אױף אלֹקים האָב איך מיך פֿאַרזיכערט,
איך האָב נישט קײן מורא;
װאָס קען אַ בשׂר-ודם מיר טאָן?
6 אַ גאַנצן טאָג קריװדען זײ מײַנע טענות,
אַלע זײערע מחשבֿות זײַנען צום בײזן אױף מיר.
7 זײ קלײַבן זיך אױף, זײ באַהאַלטן זיך,
זײ היטן מײַנע פֿוסטריט,
אַזױ װי זײ קוקן אױס אױף מײַן זעל.
8 פֿאַר דעם אומרעכט שלײַדער זײ אַרױס,
אין צאָרן די פֿעלקער װאַרף אַנידער, אלֹקים.
9 האָסט פֿאַרצײכנט מײַן װאָגלעניש,
טו אַרײַן מײַן טרער אין דײַן לאָגל;
פֿאַר װאָר, זײ זײַנען אין דײַן בוך.
10 דענצמאָל װעלן מײַנע פֿײַנט זיך אומקערן אַהינטער
אין דעם טאָג װאָס איך װעל רופֿן;
דאָס װײס איך אַז אלֹקים איז פֿאַר מיר.
11 אױף אלֹקים װאָס זײַן װאָרט טו איך לױבן,
אױף ה׳ װאָס זײַן װאָרט טו איך לױבן,
12 אױף אלֹקים האָב איך מיך פֿאַרזיכערט,
איך האָב נישט קײן מורא;
װאָס קען אַ מענטש מיר טאָן?
13 איך נעם אױף מיר, אלֹקים, נדרים צו דיר,
איך װעל אָפּצאָלן דאַנקאָפּפֿער צו דיר;
14 װאָרעם האָסט מציל געװען מײַן זעל פֿון טױט,
פֿאַר װאָר, מײַנע פֿיס פֿון שטרױכלונג,
כּדי אַרומצוגײן פֿאַר אלֹקים
אין דעם ליכט פֿון לעבן.