Pular para o conteúdo
Publicidade

Meditação

Por Bíblia Online

A meditação na Palavra de Deus é prática espiritual essencial. Diferente da meditação oriental, a meditação bíblica é reflexão profunda sobre as Escrituras — ruminar a Palavra dia e noite.

Meditar na Palavra dia e noite

Bem-aventurado o homem que medita na lei do Senhor de dia e de noite. Ele é como árvore plantada junto a ribeiros de águas.

װױל צו דעם מענטשן װאָס איז נישט געגאַנגען

אין דער עצה פֿון די רשעים.

און אױף דעם װעג פֿון די זינדיקע, איז ער נישט געשטאַנען,

און אין דער זיצונג פֿון די שפּעטער איז ער נישט געזעסן.

נײַערט צו דער תּורה פֿון ה׳ איז זײַן באַגער,

און אָן זײַן תּורה טראַכט ער טאָג און נאַכט.

דאָס דאָזיקע בוך פֿון דער תּורה זאָל זיך נישט אָפּטאָן פֿון דײַן מױל, און זאָלסט טראַכטן דערפֿון טאָג און נאַכט, כּדי זאָלסט היטן צו טאָן אַזױ װי אַלץ װאָס שטײט געשריבן דערין; װאָרעם דענצמאָל װעסטו מצליח זײַן אין דײַנע װעגן, און דענצמאָל װעסטו באַגליקן.

װי ליב איך האָב דײַן תּורה!

אַ גאַנצן טאָג איז זי מײַן טראַכטונג.

קליגער פֿון מײַנע פֿײַנט מאַכן מיך דײַנע געבאָט,

װאָרעם זײ זײַנען אײביק בײַ מיר.

פֿון אַלע מײַנע לערער בין איך פֿאַרשטאַנדיקער,

װאָרעם דײַנע צײגנים זײַנען מײַן טראַכטונג.

מער פֿון זקנים פֿאַרשטײ איך,

װײַל דײַנע באַפֿעלן האָב איך געהאַלטן.

איך טראַכט אָן דײַנע באַפֿעלן,

און איך קוק אױף דײַנע װעגן.

מיט דײַנע געזעצן קװיק איך מיך,

איך פֿאַרגעס נישט דײַן װאָרט.

ג

און איך װעל מיך קװיקן מיט דײַנע געבאָט

װאָס איך האָב ליב.

און איך װעל אױפֿהײבן מײַנע הענט צו דײַנע געבאָט

װאָס איך האָב ליב,

און איך װעל טראַכטן אָן דײַנע געזעצן.

ז

איך האָב מיך געפֿעדערט באַגינען און געשריִען;

אױף דײַן װאָרט האָב איך געהאַרט.

מײַנע אױגן זײַנען פֿאַרױסגעלאָפֿן די נאַכטװאַכן,

צו טראַכטן אָן דײַן װאָרט.

Frutos da meditação

A meditação produz entendimento, alegria e adoração. Quem medita na Palavra encontra direção, paz e renovação espiritual.

אױך פֿאַרמײַד דײַן קנעכט פֿון מוטװיליקע,

זײ זאָלן נישט געװעלטיקן איבער מיר;

דענצמאָל װעל איך גאַנץ זײַן,

און װעל רײן זײַן פֿון פֿאַרברעך אַ סך.

סײַ אַזױ מענטשן, סײַ אָנגעזעענע לײַט,

רײַך און אָרים אין אײנעם.

דאָך האָב איך געזאָגט: דאָס איז מײַן צרה,

אָבער עס קענען זיך ענדערן די יאָרן פֿון דער רעכטער האַנט פֿונעם העכסטן.

איך דערמאָן די אױפֿטוען פֿון ה׳,

יאָ, איך דערמאָן דײַנע װוּנדער פֿון פֿאַרצײַטן.

איך האָב זיך דערמאָנט די טעג פֿון אַ מאָל,

איך האָב געטראַכט אָן אַל דײַן טוּונג;

אָן דעם װערק פֿון דײַנע הענט טו איך קלערן.

װי מיר האָבן געהערט, אַזױ האָבן מיר געזען,

אין דער שטאָט פֿון ה׳ צבָֿאוֹת,

אין דער שטאָט פֿון אלוקינו;

אלֹקים זאָל זי אױפֿהאַלטן ביז אײביק.

סֶלָה.

איך װעל זינגען צו ה׳ כּל-זמן איך לעב,

איך װעל שפּילן צו מײַן ג-ט װי לאַנג איך בין.

זאָל אים געזיסט זײַן מײַן רעדן;

איך פֿרײ זיך מיט ה׳.

Seja o primeiro