Pular para o conteúdo
Publicidade

Salmos 49

1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; פֿון די קינדער פֿון קֹרַח; אַ מיזמור.

2 הערט דאָס צו, אַלע פֿעלקער,

פֿאַרנעמט, אַלע באַװױנער פֿון דער װעלט,

3 סײַ אַזױ מענטשן, סײַ אָנגעזעענע לײַט,

רײַך און אָרים אין אײנעם.

4 מײַן מױל װעט רעדן חכמה,

און די טראַכטונג פֿון מײַן האַרצן װעט זײַן פֿאַרשטאַנדיקײט.

5 איך װעל נײַגן צו אַ משל מײַן אױער,

איך װעל אָנהײבן מיט אַ האַרף מײַן רעטעניש.

6 פֿאַר װאָס זאָל איך מורא האָבן אין די טעג פֿון בײז,

װען די זינד פֿון מײַנע טרעטער רינגלט מיך אַרום?

7 די װאָס פֿאַרזיכערן זיך אױף זײער פֿאַרמעג,

און מיט זײער גרױס עשירות רימען זײ זיך.

8 נישט אױסקױפֿן אַ ברודער קען אַ מענטש אױסקױפֿן,

נישט געבן אלֹקים אַן אױסלײז פֿאַר זיך;

9 און װי װערדיק עס זאָל זײַן דער אױסקױף פֿאַר זײער זעל,

איז אױף אײביק פֿאַרמײַדן,

10 װאָס ער זאָל שטענדיק אַלץ לעבן,

ער זאָל נישט אָנזען די גרוב.

11 װאָרעם מע זעט אַז חכמים שטאַרבן,

אַזױ װי דער נאַר און דער פֿאַרגרעבטער גײען אונטער,

און זײ לאָזן איבער צו אַנדערע זײער פֿאַרמעג.

12 זײ טראַכטן בײַ זיך,

זײערע הײַזער זײַנען אױף אײביק,

זײערע װױנונגען אױף דור-דורות;

זײ רופֿן לענדער אױף זײערע נעמען.

13 אָבער דער מענטש בלײַבט נישט אין גדוּלה,

ער איז געגליכן צו בהמות װאָס װערן פֿאַרשניטן.

14 דאָס איז דער װעג פֿון די װאָס זײַנען בטוח בײַ זיך,

און פֿון זײערע נאָכגײער װאָס קװעלן פֿון זײערע רײד.

סֶלָה.

15 מע לײגט זײ װי שאָף אין דער שְׁאֹול,

דער טױט טוט זײ פֿיטערן;

און אײן פֿרימאָרגן טרעטן די רעכטפֿאַרטיקע איבער זײ;

און זײער געשטאַלט איז פֿאַר דער שְׁאֹול צום פֿאַרפֿױלן,

נישטאָ קײן װױנונג פֿאַר איר.

16 אָבער אלֹקים װעט אױסלײזן מײַן זעל פֿון דער מאַכט פֿון שְׁאֹול,

װאָרעם ער װעט מיך אַרױסנעמען.

סֶלָה.

17 זאָלסט נישט מורא האָבן אַז עמעצער װערט אַן עושר,

אַז די רײַכקײט פֿון זײַן הױז װערט געמערט,

18 װאָרעם בײַ זײַן טױט װעט ער גאָרנישט מיטנעמען,

זײַן רײַכקײט װעט נישט נידערן נאָך אים.

19 הגם בײַ זײַן לעבן פֿלעגט ער אײַנרעדן זײַן זעל:

מע װעט דיך נאָך לױבן אַז דו װעסט זיך װױלטאָן.

20 זי װעט אָנקומען צו דעם דור פֿון זײַנע עלטערן,

װאָס װעלן אױף אײביק נישט אָנזען דעם שײַן.

21 אַ מענטש אין גדוּלה װאָס פֿאַרשטײט נישט,

איז געגליכן צו בהמות װאָס װערן פֿאַרשניטן.

Veja também