Pular para o conteúdo
Publicidade

Salmos 77

1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער, פֿאַר ידותון; פֿון אָסָפֿן אַ מיזמור.

2 מײַן קֹול איז צו אלֹקים, און איך שרײַ,

מײַן קֹול איז צו אלֹקים, און פֿאַרנעם צו מיר.

3 אין טאָג פֿון מײַן נױט זוך איך אֲדֹנָי,

מײַן האַנט איז אױסגעשטרעקט בײַ נאַכט אָן אױפֿהער,

מײַן זעל װיל זיך נישט טרײסטן.

4 אַז איך דערמאָן זיך, אלֹקים, טו איך ברומען,

איך קלאָג, און מײַן גײַסט פֿאַרגײט זיך.

סֶלָה.

5 דו האַלטסט צו די ברעמען פֿון מײַנע אױגן;

איך בין צערודערט און קען נישט רעדן.

6 איך טראַכט אָן די טעג פֿון אַ מאָל,

אָן די יאָרן פֿון פֿאַרצײַטן.

7 איך דערמאָן זיך מײַן געזאַנג בײַ נאַכט,

איך רעד מיט מײַן האַרצן,

און עס פֿאָרשט מײַן גײַסט:

8 װעט אױף אײביק אֲדֹנָי פֿאַרלאָזן,

און װעט מער נישט באַװיליקן װידער?

9 איז אױסגעגאַנגען אױף אײביק זײַן חֶסֶד?

איז דער צוזאָג געענדיקט אױף דור-דורות?

10 האָט פֿאַרגעסן צו לײַטזעליקן אֵל?

צי האָט ער אין צאָרן פֿאַרשלאָסן זײַן רַחמָנות?

סֶלָה.

11 דאָך האָב איך געזאָגט: דאָס איז מײַן צרה,

אָבער עס קענען זיך ענדערן די יאָרן פֿון דער רעכטער האַנט פֿונעם העכסטן.

12 איך דערמאָן די אױפֿטוען פֿון ה׳,

יאָ, איך דערמאָן דײַנע װוּנדער פֿון פֿאַרצײַטן.

13 און איך טראַכט אָן אַל דײַן װערק,

און אָן דײַנע טוּונגען טו איך קלערן.

14 אלֹקים, אין הײליקײט איז דײַן װעג;

װער איז אַ גרױסער אֵל װי אלֹקים?

15 דו ביסט הָאֵל װאָס טוט װוּנדער,

האָסט געלאָזט װיסן צװישן די פֿעלקער דײַן שטאַרקײט.

16 האָסט אױסגעלײזט מיטן אָרעם דײַן פֿאָלק,

די קינדער פֿון יעקבֿ און יוֹסף.

סֶלָה.

17 געזען האָבן דיך די װאַסערן, אלֹקים,

געזען האָבן דיך די װאַסערן, האָבן זײ װײען געקריגן,

און געציטערט האָבן די תּהומען.

18 געפֿלײצט װאַסער האָבן די װאָלקנס,

אַ קֹול האָבן אַרױסגעלאָזט די הימלען,

און דײַנע פֿײַלן זײַנען אומגעלאָפֿן.

19 דער קֹול פֿון דײַן דונער איז געװען אין דעם װירבל-װינט,

בליצן האָבן באַלוכטן די װעלט,

געציטערט און געשטורעמט האָט די ערד.

20 דורכן ים איז געװען דײַן װעג,

און דײַן שטעג דורך װאַסערן גרױסע,

און דײַנע טריט זײַנען נישט געמערקט געװאָרן.

21 האָסט געפֿירט אַזױ װי שאָף דײַן פֿאָלק,

דורך דער האַנט פֿון משהן און אַהרֹנען.

Veja também