Pular para o conteúdo
Publicidade

Salmos 48

1 אַ געזאַנג; אַ מיזמור פֿון די קינדער פֿון קֹרַח.

2 גרױס איז ה׳,

און זײער געלױבט אין דער שטאָט פֿון אלוקינו,

אױף זײַן הײליקן באַרג.

3 שײן דערהײכט, די פֿרײד פֿון דער גאַנצער ערד,

איז דער באַרג צִיוֹן אין די עקן פֿון צפֿון,

די שטאָט פֿון דעם גרױסן מלך.

4 אלֹקים אין אירע ציטאַדעלן

איז באַקאַנט פֿאַר אַ פֿעסטונג.

5 װאָרעם זע, מלכים האָבן זיך אײַנגעזאַמלט,

זײ זײַנען אַריבערגעקומען אין אײנעם.

6 װי זײ האָבן געזען, אַזױ האָבן זײ געגאַפֿט,

דערשראָקענע האָבן זײ אַװעקגעאײַלט.

7 אַ ציטערניש האָט זײ אָנגענומען דאָרטן,

אַ װײעניש װי אַ געװינערין.

8 מיט אַ מזרח-װינט האָסטו צעבראָכן

די שיפֿן פֿון תַּרְשִיש.

9 װי מיר האָבן געהערט, אַזױ האָבן מיר געזען,

אין דער שטאָט פֿון ה׳ צבָֿאוֹת,

אין דער שטאָט פֿון אלוקינו;

אלֹקים זאָל זי אױפֿהאַלטן ביז אײביק.

סֶלָה.

10 מיר האָבן געטראַכט, אלֹקים, אָן דײַן חֶסֶד,

אין דער מיטן פֿון דײַן הֵיכל.

11 אַזױ װי דײַן נאָמען, אלֹקים,

אַזױ איז דײַן לױב ביז די עקן פֿון דער ערד;

פֿול מיט גערעכטיקײט איז דײַן רעכטע האַנט.

12 זאָל זיך פֿרײען דער באַרג צִיוֹן,

זאָלן לוסטיק זײַן די טעכטערשטעט פֿון יהוּדה,

פֿון װעגן דײַנע משפּטים.

13 גײט אַרום צִיוֹן, און רינגלט זי אַרום,

צײלט איבער אירע טורעמס.

14 טוט אַכט אױף אירע מױער,

גײט דורך אירע פּאַלאַצן;

כּדי איר זאָלט דערצײלן דעם שפּעטערדיקן דור,

15 אַז דאָס איז אלֹקים, אלוקינו, אײביק און שטענדיק;

ער װעט אונדז פֿירן ביז אײביקײט.

Veja também