Protecção e segurança
Deus é nosso protetor e refúgio seguro. Em todas as circunstâncias, a Bíblia nos assegura que o Senhor guarda, sustenta e protege aqueles que nele confiam.
Deus, a nossa fortaleza
O Senhor é refúgio e fortaleza, socorro bem presente na angústia. Quem habita no esconderijo do Altíssimo descansa à sombra do Todo-Poderoso.
פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; פֿון די קינדער פֿון קֹרַח; אױף עַלָמות; אַ ליד.
פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; פֿון די קינדער פֿון קֹרַח; אױף עַלָמות; אַ ליד.
דו װאָס זיצסט אין דער פֿאַרבאָרגעניש פֿון עליון,
װאָס אין שאָטן פֿון שַדַי װײַלסטו,
איך זאָג אױף ה׳, מײַן באַשיצונג און מײַן פֿעסטונג
מײַן ג-ט װאָס איך פֿאַרזיכער זיך אױף אים,
מיט זײַן פֿלעדער װעט ער דיך באַשירעמען,
און אונטער זײַנע פֿליגלען װעסטו זיך שיצן;
אַ שילד און אַ שילד איז זײַן טרײַשאַפֿט.
דיר פֿון זײַט װעלן פֿאַלן טױזנט,
און צען טױזנט פֿון דײַן רעכטער האַנט,
צו דיר װעט עס נישט גענענען.
װײַל דו האָסט געזאָגט: ה׳ איז מײַן באַשיצונג,
געמאַכט דעם עליון פֿאַר דײַן באַשירעמונג.
דיך װעט נישט טרעפֿן קײן בײז,
און קײן פּלאָג װעט נישט גענענען צו דײַן געצעלט.
פֿון דָוִדן.
ה׳ איז מײַן ליכט און מײַן הילף,
פֿאַר װעמען זאָל איך מורא האָבן?
ה׳ איז די פֿעסטונג פֿון מײַן לעבן,
פֿאַר װעמען זאָל איך אַנגסטן?
נאָר צו אלֹקים טוט האַרן מײַן זעל,
פֿון אים איז מײַן הילף.
און ער װעט משפּטן די װעלט מיט גערעכטיקײט,
ער װעט דָן זײַן די פֿעלקער מיט יושר.
O escudo do Senhor
Deus nos rodeia com sua proteção como um escudo. Ele é rocha, baluarte e libertador. Sua fidelidade nos cobre e nos guarda.
פֿיל זאָגן אױף מײַן זעל:
נישטאָ פֿאַר אים קײן הילף בײַ אלֹקים. סֶלָה.
אַ מיזמור פֿון דָוִדן, װען ער איז אַנטלאָפֿן פֿון זײַן זון אַבֿשָלומען.
ה׳, װי פֿיל זײַנען מײַנע פֿײַנט!
פֿיל די װאָס שטײען אָן אױף מיר!
פֿיל זאָגן אױף מײַן זעל:
נישטאָ פֿאַר אים קײן הילף בײַ אלֹקים. סֶלָה.
אָבער דו ה׳ ביסט אַ שילד פֿאַר מיר,
מײַן כּבֿוד און דער דערהײבער פֿון מײַן קאָפּ.
מיט מײַן קֹול טו איך רופֿן צו ה׳,
און ער ענטפֿערט מיר פֿון זײַן הײליקן באַרג. סֶלָה.
איך לײג זיך און שלאָף אײַן,
איך װאַך אױף, װײַל ה׳ לענט מיך אונטער.
װאָרעם מיט דיר לױף איך קעגן אַ מחנה,
און מיט מײַן ג-ט שפּרינג איך אַ מױער אַריבער.
ער לערנט מײַנע הענט צו מלחמה,
און אַ קופּערנעם בױגן בײגן אַראָפּ מײַנע אָרעמס.
און האָסט מיר געגעבן דעם שילד פֿון דײַן הילף,
און דײַן רעכטע האַנט לענט מיך אונטער,
און דײַן מילדקײט טוט מיך גרײסן.
פֿון דָוִדן.
ברוך ה׳ מײַן פֿעלדז,
װאָס לערנט מײַנע הענט צו קריג,
מײַנע פֿינגער צו מלחמה.
מײַן גענאָד און מײַן פֿעסטונג,
מײַן טורעם און דער װאָס מאַכט מיך אַנטרינען:
מײַן שילד און דער װאָס איך שיץ מיך אין אים,
דער װאָס אונטערטעניקט מײַן פֿאָלק אונטער מיר.
װאָס גיסט הילף צו די מלכים,
װאָס רײַסט אַרױס דָוִד זײַן קנעכט פֿון דער בײזער שװערד.
פֿאַרמשפּט זײ אלֹקים,
זאָלן זײ פֿאַלן דורך זײערע באַראָטן;
פֿאַרשטױס זײ פֿאַר זײערע פֿיל פֿאַרברעכן,
װײַל זײ האָבן װידערשפּעניקט אָן דיר.
און אַלע װאָס שיצן זיך אין דיר, װעלן זיך פֿרײען,
אײביק װעלן זײ זינגען, װאָרעם װעסט זײ באַשירעמען,
און די ליבהאָבער פֿון דײַן נאָמען
װעלן זײַן לוסטיק מיט דיר.
איך האָב דיך גערופֿן, װאָרעם דו װעסט מיר ענטפֿערן, אֵל;
נײַג דײַן אױער צו מיר, הער צו מײַן װאָרט.
מאַך װוּנדערלעך דײַנע חסדים,
דו װאָס העלפֿסט די װאָס שיצן זיך
פֿון אָנפֿאַלער אין דײַן רעכטער האַנט.
היט מיך װי אַ שװאַרצאַפּל פֿון אױג,
אין שאָטן פֿון דײַנע פֿליגלען זאָלסטו מיך פֿאַרבאָרגן
פֿון די רשעים װאָס באַרױבן מיך,
מײַנע שָׂונאים אום לעבן װאָס רינגלען מיך אַרום.
װאָרעם דו מאַכסט אים פֿאַר אַ בענטשונג אױף אײביק,
דערפֿרײסט אים מיט שׂימחה פֿאַר דײַן פּנים.
װאָרעם דער מלך פֿאַרזיכערט זיך אױף ה׳,
און דורך דעם חֶסֶד פֿון עליון װעט ער נישט אומפֿאַלן.
דײַן האַנט װעט דערגרײכן אַלע דײַנע פֿײַנט,
דײַן רעכטע װעט דערגרײכן דײַנע שָׂונאים.
דו ביסט מײַן פֿאַרבאָרגעניש,
פֿון דעם פֿײַנט באַהיטסטו מיך;
מיט געזאַנגען פֿון אַנטרינונג
רינגלסטו מיך אַרום. סֶלָה.
Segurança e provisão
O Senhor supre todas as necessidades dos seus filhos. Quem busca o Reino primeiro não precisa temer — nada faltará aos que temem ao Senhor.
אַ מיזמור פֿון דָוִדן.
ה׳ איז מײַן פּאַסטוך,
מיר װעט נישט פֿעלן.
פֿאָרכט ה׳, איר זײַנע הײליקע,
װאָרעם זײַנע פֿאָרכטער װעט נישט פֿעלן.
פֿאַרזיכער זיך אױף ה׳, און טו גוטס,
זיץ רויִק אין לאַנד, און היט אָפּ װאָרהאַפֿטיקײט,
איך בין יונג געװען און בין אַלט געװאָרן,
און איך האָב נישט געזען אַ צדיק פֿאַרלאָזן,
און זײַן זאָמען בעטלענדיק ברױט.
Guarda e livramento
O anjo do Senhor acampa ao redor dos que o temem e os livra. Deus promete guardar todas as nossas saídas e entradas para sempre.
אָט האָט אַן אָרעמאַן גערופֿן, און ה׳ האָט צוגעהערט,
און פֿון אַלע זײַנע צרות אים געהאָלפֿן.
דעם רשע װעט טײטן דאָס בײז,
און די שָׂונאים פֿון צדיק װעלן פֿאַרװיסט װערן.
אַ געזאַנג פֿון די אַרױפֿגאַנגען.
איך הײב אױף מײַנע אױגן צו די בערג:
פֿון װאַנען װעט קומען מײַן הילף?
מײַן הילף איז פֿון ה׳,
דעם באַשעפֿער פֿון הימל און ערד.
נישט לאָזן װעט ער זיך אױסגליטשן דײַן פֿוס;
נישט שלומערן װעט דײַן היטער.
זע, עס שלומערט נישט און שלאָפֿט נישט
דער היטער פֿון יִשׂרָאֵל.
ה׳ איז דײַן היטער,
ה׳ איז דײַן שאָטן בײַ דײַן רעכטער האַנט;
בײַ טאָג װעט די זון דיך נישט שלאָגן,
און נישט בײַ נאַכט די לבֿנה.
ה׳ װעט דיך באַהיטן פֿון אַלעם בײז,
ער װעט באַהיטן דײַן זעל.
ה׳ װעט היטן דײַן גײן און דײַן קומען,
פֿון אַצונד און ביז אײביק.
אַ מִכתָּם פֿון דָוִדן.
באַהיט מיך, אֵל,
װאָרעם איך האָב מיך באַשיצט אין דיר.
אַ מִכתָּם פֿון דָוִדן.
באַהיט מיך, אֵל,
װאָרעם איך האָב מיך באַשיצט אין דיר.
איך האַלט ה׳ פֿאַר מיר תּמיד,
װאָרעם אַז ער איז בײַ מײַן רעכטער האַנט, װעל איך נישט אומפֿאַלן.
איך האַלט ה׳ פֿאַר מיר תּמיד,
װאָרעם אַז ער איז בײַ מײַן רעכטער האַנט, װעל איך נישט אומפֿאַלן.
פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; אַ מיזמור פֿון דָוִדן.
ה׳ װעט דיר ענטפֿערן אין טאָג פֿון נױט,
דיך װעט שטאַרקן דער נאָמען פֿון אלוקי יעקבֿ.
היט מײַן זעל און זײַ מיך מציל,
לאָמיך נישט פֿאַרשעמט װערן, װײַל איך שיץ מיך אין דיר.
זאָל ערלעכקײט און רעכטפֿאַרטיקײט מיך באַהיטן,
װאָרעם איך טו האָפֿן צו דיר.
אַן אָפּנאַר איז דער פֿערד פֿאַר הילף,
און מיט זײַן גרױס כּוֹח װעט ער נישט מאַכן אַנטרינען.
זע, דאָס אױג פֿון ה׳ איז אױף די װאָס פֿאָרכטן אים,
אױף די װאָס האָפֿן צו זײַן חֶסֶד,
מציל צו זײַן פֿון טױט זײער זעל,
און זײ צו דערהאַלטן אין הונגער.
אונדזער זעל האָט געהאַרט אױף ה׳,
אונדזער הילף און אונדזער שילד איז ער.
Confiança inabalável
Melhor é confiar no Senhor do que confiar no homem. Quem anda em integridade anda seguro, e a torre forte do nome do Senhor protege o justo.
ה׳ איז מיט מיר, איך האָב נישט קײן מורא,
װאָס קען אַ מענטש מיר טאָן?
בעסער זיך באַשיצן אין ה׳,
אײדער זיך פֿאַרזיכערן אױף אַ מענטשן.
אַ שטאַרקער טורעם איז דער נאָמען פֿון ה׳,
צו אים לױפֿט דער צדיק און װערט באַשיצט.
אַ שטאַרקער טורעם איז דער נאָמען פֿון ה׳,
צו אים לױפֿט דער צדיק און װערט באַשיצט.
אין מורא פֿאַר ה׳ איז אַ שטאַרקער בטחון,
און פֿאַר די קינדער װעט עס זײַן אַ באַשיצונג.
װאָרעם ה׳ װעט זײַן דײַן בטחון,
און װעט היטן דײַן פֿוס פֿון באַצװינגעניש.
דער װאָס גײט מיט ערלעכקײט גײט אין זיכערקײט,
און דער װאָס פֿאַרדרײט זײַנע װעגן װערט אָנגעלערנט.
איטלעך װאָרט פֿון אֱלוֹהַּ איז געלײַטערט;
ער איז אַ שילד פֿאַר די װאָס שיצן זיך אין אים.
איטלעך װאָרט פֿון אֱלוֹהַּ איז געלײַטערט;
ער איז אַ שילד פֿאַר די װאָס שיצן זיך אין אים.
רעכטפֿאַרטיקײט פֿאַרהיט דעם װאָס זײַן װעג איז ערלעך,
און שלעכטיקײט פֿאַרדרײט דעם זינדיקן.
דער צדיק עסט ביז זײַן לײַב װערט זאַט,
און דעם בױך פֿון די רשעים פֿעלט אױס.
װאָרעם ה׳ שענקט חכמה,
פֿון זײַן מױל איז װיסן און פֿאַרשטאַנדיקײט.
ער האָט באַהאַלטן פֿאַר די רעכטפֿאַרטיקע זײַנע לערנונגען,
ער איז אַ שילד פֿאַר די װאָס גײען אױפֿריכטיק,
אױפֿצופּאַסן די שטעגן פֿון גערעכטיקײט,
און די װעגן פֿון זײַנע פֿרומע באַהיט ער.
דער קלוגער זעט דאָס בײז, פֿאַרבאָרגט ער זיך,
די נאַרן גײען װײַטער, װערן זײ געשטראָפֿט.
דער פֿערד װערט צוגעגרײט פֿאַר דעם טאָג פֿון מלחמה,
אָבער די ישועה איז פֿון ה׳.
מער פֿון יעטװעדער היטונג פּאַס אױף דײַן האַרץ,
װאָרעם פֿון אים זײַנען די אַרױסגאַנגען פֿון לעבן.
A presença protetora
O Senhor prometeu estar conosco e nunca nos desampara. Ele é como sombra à nossa direita e fortaleza em todo o tempo.
זײַט שטאַרק און פֿעסט, איר זאָלט נישט מורא האָבן און זיך נישט שרעקן פֿאַר זײ, װאָרעם ה׳ דײַן ג-ט, ער איז דער װאָס גײט מיט דיר; ער װעט דיך נישט אָפּלאָזן און דיך נישט פֿאַרלאָזן.
אַ באַשיצונג איז דער אײביקער ג-ט,
און פֿון אונטן זענען די אײביקע אָרעמס.
און ער האָט פֿאַרטריבן דעם פֿײַנט פֿון פֿאַר דיר,
און געהײסן: פֿאַרטיליק!
אױף בנימין האָט ער געזאָגט:
דער באַליבטער פֿון ה׳
װעט רוען בײַ אים אין זיכערקײט;
ער באַשירעמט אים אַ גאַנצן טאָג,
און צװישן זײַנע אַקסלען טוט ער רוען.
איטלעך געצײַג װאָס װעט געפֿורעמט װערן
קעגן דיר, װעט נישט געלינגען,
און איטלעך צונג װאָס װעט זיך שטעלן אין משפּט מיט דיר,
װעסטו שולדיק מאַכן.
דאָס איז די אַרב פֿון די קנעכט פֿון ה׳,
און זײער גערעכטער לױן פֿון מיר, זאָגט ה׳.
דאָס געמיט װאָס פֿאַרלאָזט זיך
באַהיטסטו אין שלום;
אין שלום, װײַל עס גלױבט אין דיר.
אַפֿילו ביז עלטער בין איך דער אײגענער,
און ביז גראָע האָר װעל איך טראָגן;
איך האָב געמאַכט, און איך װעל טראָגן,
און איך װעל אױף זיך נעמען און װעל ראַטעװען.
װי פֿױגלען פֿלאַטערנדיק,
אַזױ װעט ה׳ צבָֿאוֹת באַשירעמען ירושָלַיִם,
באַשירעמען און מציל זײַן,
פֿאַרשױנען און ראַטעװען.
לערנט גוטס טאָן,
זוכט גערעכטיקײט,
שטאַרקט דעם געדריקטן,
טוט רעכט דעם יתום,
נעמט זיך אָן פֿאַר דער אַלמנה.
אױב איר װעט װעלן און װעט צוהערן,
װעט איר עסן דאָס גוטס פֿונעם לאַנד;
אָבער אַז איר װעט נישט װעלן, און װעט װידערשפּעניקן,
װעט איר פֿון דער שװערד געגעסן װערן;
װאָרעם דאָס מױל פֿון ה׳ האָט גערעדט.
ה׳ װעט מלחמה האַלטן פֿאַר אײַך, און איר װעט שטײן שטיל.
גוט איז ה׳,
פֿאַר אַ פֿעסטונג אין טאָג פֿון נױט;
און ער װײס די װאָס שיצן זיך אין אים.
Promessas de cuidado
Deus garante que nem um fio de cabelo cairá sem sua permissão. Ele deseja que vivamos em paz, confiança e segurança total nele.
Fidelidade e aliança
Deus é fiel à sua aliança. Ele protege cada promessa que faz e guarda os seus como a menina dos seus olhos.
װאָרעם װער איז אַן אֵל אױסער ה׳,
און װער אַ פֿעלדז אױסער אלוקינו?
דערום באַװיליק אַצונד, און בענטש דאָס הױז פֿון דײַן קנעכט צו זײַן אױף אײביק פֿאַר דיר, װאָרעם ה׳ דו אֲדֹנָי האָסט גערעדט; און פֿון דײַן ברכה זאָל דאָס הױז פֿון דײַן קנעכט געבענטשט װערן אױף אײביק.
און דָוִד האָט געשטעלט װאַכן אין אַרָם פֿון דַמֶשֶׂק, און אַרָם איז געװאָרן צו דָוִדן קנעכט װאָס ברענגען מִנְחָה.
און ה׳ האָט געהאָלפֿן דָוִדן אומעטום װוּ ער איז געגאַנגען.
און איך בין געװען מיט דיר אומעטום װוּ דו ביסט געגאַנגען, און איך האָב פֿאַרשניטן אַלע דײַנע פֿײַנט פֿון פֿאַר דיר; און איך װעל דיר מאַכן אַ נאָמען, אַזױ װי דער נאָמען פֿון די גרעסטע װאָס אױף דער ערד.
און איר זאָלט טאָן מײַנע חוקים, און היטן מײַנע געזעצן, און זײ טאָן, כּדי איר זאָלט זיצן אױף אײַער לאַנד אין זיכערקײט.
און איך װעל באַשטעטיקן מײַן ברית מיט אײַך, און עס װעלן מער נישט פֿאַרשניטן װערן אַלע לײַבער פֿון אַ מבול-געװיסער, און עס װעט מער נישט זײַן קײן מבול אומצוברענגען די ערד.
פֿאַר װאָר, אֲדֹנָי ה׳ טוט נישט קײן זאַך,
סײַדן ער האָט אַנטפּלעקט זײַן סָוד
צו זײַנע קנעכט די נבֿיאים.
Provisão diária
Deus satisfaz os desejos do coração dos seus filhos. Ele abençoa, renova as forças e sustenta dia após dia quem nele confia.
דײַן גערעכטיקײט האָב איך נישט פֿאַרדעקט אין מײַן האַרצן,
דײַן טרײַשאַפֿט און דײַן הילף האָב איך דערצײלט;
איך האָב נישט פֿאַרהױלן דײַן גענאָד
און דײַן אמת פֿאַרן גרױסן געזעמל.
גלאַט זײַנען די שמאַנטיקע רײד פֿון זײַן מױל,
און זײַן האַרץ איז מלחמה;
װײכער פֿון בױמל זײַנען זײַנע װערטער,
אָבער זײ זײַנען שװערדן בלױזע.
זײ װאַנדערן אַרום צו פֿאַרצערן,
און בלײַבן אַ גאַנצע נאַכט ביז זײ װערן נישט זאַט.
מע װעט זײ שלײַדערן אין מאַכט פֿון דער שװערד;
דער חלק פֿון פֿיקס װעלן זײ זײַן.
און די צדיקים װעלן זיך פֿרײען;
זײ װעלן זײַן לוסטיק פֿאַר אלֹקים,
און קװעלן מיט שׂימחה.
זינגט צו אלֹקים, באַזינגט זײַן נאָמען,
דערהײבט דעם װאָס רײַט דורך די הימלען –
ה׳ איז זײַן נאָמען –
און פֿרײט זיך פֿאַר אים.
ביסט אַרױפֿגעגאַנגען אין דער הײך,
האָסט געפֿאַנגען אַ געפֿאַנג,
האָסט גענומען מתָּנות אין מענטשן;
אַז אױך צװישן די אָפּקערער זאָל רוען ה׳ אלֹקים.
קײן אֵל זָר זאָל נישט זײַן בײַ דיר,
און זאָלסט זיך נישט בוקן צו קײן פֿרעמדן ג-ט.
װאָרעם בעסער אַ טאָג אין דײַנע הױפֿן
אײדער טױזנט;
איך װאָלט אױסגעװײלט שטײן בײַם שװעל אין הױז פֿון מײַן ג-ט,
אײדער װױנען אין געצעלטן פֿון אומרעכט.
איר ליבהאָבער פֿון ה׳, האָט פֿײַנט שלעכטס!
ער היט די נפֿשות פֿון זײַנע פֿרומע,
פֿון דער האַנט פֿון רשעים איז ער זײ מציל.
ה׳ פֿאַרהיט די אומגעניטע;
איך בין געװען געפֿאַלן, און ער האָט מיך געהאָלפֿן.
קער זיך אום, מײַן זעל, צו דײַן רויִקײט.
װאָרעם ה׳ האָט דיר גוטס געטאָן.
װאָרעם האָסט אַרױסגעצױגן מײַן זעל פֿון טױט,
פֿון טרערן מײַן אױג,
מײַן פֿוס פֿון שטרױכלונג.
איך װעל אומגײן פֿאַר ה׳
אין די לענדער פֿון די לעבעדיקע.
מײַן פֿאַרבאָרגעניש און מײַן שילד ביסטו,
אױף דײַן װאָרט טו איך האַרן.
אַ געזאַנג פֿון די אַרױפֿגאַנגען; פֿון שלמהן.
אַז ה׳ בױט נישט אַ הױז,
אומזיסט מיִען זיך זײַנע בױערס אױף אים;
אַז ה׳ היט נישט אַ שטאָט,
אומזיסט װאַכט דער שומר.
דאָרטן װעל איך מאַכן שפּראָצן אַ האָרן פֿאַר דָוִדן,
איך האָב אָנגעברײט אַ ליכט פֿאַר מײַן געזאַלבטן.
זײַנע פֿײַנט װעל איך אָנקלײדן אין שאַנד,
און אױף אים װעט שײַנען זײַן קרױן.
ה׳ פֿירט אױס פֿאַר מיר;
ה׳, דײַן חֶסֶד איז אױף אײביק;
די װערק פֿון דײַנע הענט זאָלסטו נישט פֿאַרלאָזן.
עפֿנסט דײַן האַנט,
און זעטיקסט יעטװעדער לעבעדיקן מיט גוטװיליקײט.
װאָס טוט רעכט צו די געדריקטע,
װאָס גיט ברױט צו די הונגעריקע.
ה׳ בינדט אָפּ די געבונדענע,
ה׳ מאַכט זעעדיק די בלינדע,
ה׳ שטעלט אױף די געבױגענע,
ה׳ האָט ליב די גערעכטע.
ה׳ באַהיט די פֿרעמדע;
דעם יתום און די אַלמנה ריכט ער אױף,
און דעם װעג פֿון די רשעים פֿאַרדרײט ער.
האָסט מיר געגעבן מער שׂימחה אין האַרצן,
װי בעת זײער תּבֿואה און זײער װײַן זײַנען פֿיל.
צי דאַרף אַ מענטש באַרױבן אלֹקים,
װאָס איר באַרױבט מיך?
און איר זאָגט: אין װאָס באַרױבן מיר דיך?
אין דעם מעשׂר און דער אָפּשײדונג.
איר זײַט מיט אַ קללה פֿאַרשאָלטן,
פֿון דעסט װעגן באַרױבט איר מיך,
דאָס גאַנצע פֿאָלק.
ברענגט דעם גאַנצן מעשׂר אין שאַצהױז,
און זאָל זײַן שפּײַז אין מײַן הױז,
און פּרוּװט מיך אַקאָרשט דערמיט,
זאָגט ה׳ צבָֿאוֹת,
אױב איך װעל אײַך נישט עפֿענען די פֿענצטער פֿון הימל,
און װעל אײַך נישט אַראָפּגיסן אַ ברכה
ביז איבער גענוג.
און איך װעל מאַכן זײ און רונד אַרום מײַן באַרג פֿאַר אַ בענטשונג; און איך װעל מאַכן נידערן דעם רעגן אין זײַן צײַט; געבענטשטע רעגנס װעלן דאָס זײַן.
װאָרעם חכמה איז אַ באַשירעמונג, געלט איז אַ באַשירעמונג, אָבער די מעלה פֿון קענשאַפֿט איז, װאָס חכמה האַלט אױף דאָס לעבן פֿון דעם װאָס האָט זי.
דערױף האָב איך זיך אױפֿגעכאַפּט און מיך אומגעקוקט; און מײַן שלאָף איז מיר זיס געװען.