Pular para o conteúdo
Publicidade

Salmos 68

1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; פֿון דָוִדן אַ מיזמור, אַ געזאַנג.

2 אלֹקים װעט אױפֿשטײן, װעלן צעשפּרײט װערן זײַנע פֿײַנט,

און זײַנע שָׂונאים װעלן אַנטלױפֿן פֿאַר אים.

3 װי רױך װערט צעטריבן, װעסטו זײ צעטרײַבן;

װי װאַקס צעגײט פֿאַר פֿײַער,

װעלן אונטערגײן די רשעים פֿאַר אלֹקים.

4 און די צדיקים װעלן זיך פֿרײען;

זײ װעלן זײַן לוסטיק פֿאַר אלֹקים,

און קװעלן מיט שׂימחה.

5 זינגט צו אלֹקים, באַזינגט זײַן נאָמען,

דערהײבט דעם װאָס רײַט דורך די הימלען

ה׳ איז זײַן נאָמען

און פֿרײט זיך פֿאַר אים.

6 דער פֿאָטער פֿון יתומים, און דער ריכטער פֿון אַלמנות,

איז אלֹקים אין זײַן הײליקער װױנונג.

7 אלֹקים באַזעצט די עלנדע אין אַ הײם,

ער ברענגט אַרױס די געפֿאַנגענע אין גליק;

נאָר די אָפּקערער בלײַבן אין טריקעניש.

8 אלֹקים, אַז דו ביסט אַרױסגעגאַנגען פֿאַרױס פֿאַר דײַן פֿאָלק,

אַז דו האָסט געשפּרײַזט דורך דער װיסטעניש,

סֶלָה,

9 האָט די ערד געציטערט, אױך די הימלען האָבן געטריפֿט פֿאַר אלֹקים;

דער דאָזיקער סינַי פֿאַר אלֹקים, אלוקי יִשׂרָאֵל.

10 אַ רעגן פֿון שפֿע האָסטו אַראָפּגעזיפּט, אלֹקים,

אַז דײַן נחלה איז פֿאַרשמאַכט געװען, האָסטו זי אױפֿגעריכט.

11 דײַן סטאַדע האָט זיך באַזעצט דערין;

האָסטו אין דײַן גוטסקײט, אלֹקים, אָנגעברײט פֿאַר די אָרימע.

12 אֲדֹנָי האָט געגעבן דאָס װאָרט

מבֿשׂרות אַ גרױסע מחנה.

13 מלכים פֿון מחנות לױפֿן-אַנטלױפֿן,

און די שטובזיצערין טײלט רױב.

14 צי װילט איר ליגן צװישן די שאָפֿגעהעפֿטן?

די פֿליגלען פֿון דער טױב זײַנען מיט זילבער באַדעקט,

און אירע פֿלעדערן מיט גלענצענדיק גאָלד.

15 אַז שַדַי האָט צעשפּרײט די מלכים אין איר,

האָט עס געשנײט אױף צלמון.

16 אַ באַרג פֿון אלֹקים איז באַרג בָשָן,

אַ באַרג פֿון שפּיצן איז באַרג בָשָן.

17 װאָס קוקט איר קרום, איר פֿילשפּיציקע בערג,

אױף דעם באַרג װאָס אלֹקים האָט פֿאַר זײַן װױנונג געגלוסט,

װוּ ה׳ װעט אױך רוען אױף אײביק?

18 די רײַטװעגן פֿון אלֹקים זײַנען צענטױזנטן,

טױזנטן אױף טױזנטן;

אֲדֹנָי איז צװישן זײ װי אױף סינַי אין הײליקײט.

19 ביסט אַרױפֿגעגאַנגען אין דער הײך,

האָסט געפֿאַנגען אַ געפֿאַנג,

האָסט גענומען מתָּנות אין מענטשן;

אַז אױך צװישן די אָפּקערער זאָל רוען ה׳ אלֹקים.

20 געלױבט איז אֲדֹנָי,

טאָג פֿאַר טאָג טוט ער אונדז טראָגן;

אֵל איז אונדזער ישועה.

סֶלָה.

21 הָאֵל איז אונדז אַן אֵל פֿון ישועות,

און בײַ ה׳ אֲדֹנָי זײַנען די אױסװעגן פֿון טױט.

22 פֿאַר װאָר, אלֹקים װעט צעלעכערן דעם קאָפּ פֿון זײַנע פֿײַנט,

דעם האָריקן שאַרבן פֿון דעם װאָס גײט אין זײַנע זינד.

23 אֲדֹנָי זאָגט: פֿון בָשָן װעל איך אומקערן,

איך װעל אומקערן פֿון די טיפֿענישן פֿון ים;

24 כּדי זאָלסט טונקען אין בלוט דײַן פֿוס,

די צונג פֿון דײַנע הינט זאָל האָבן איר חלק פֿון די פֿײַנט.

25 מע קוקט-צו דײַנע גײונגען, אלֹקים,

די גײונגען צו מײַן אֵל, מײַן קיניג, אין הײליקטום.

26 פֿאַרױס גײען די זינגער, נאָך דעם די שפּילער,

אין מיטן פֿון יונגפֿרױען װאָס פּױקלען.

27 אין געזעמלען לױבט אלֹקים,

לױבט דעם האַר ה׳, איר פֿון קװאַל פֿון יִשׂרָאֵל.

28 אָן איז בנימין דער ייִנגסטער, זײער געװעלטיקער,

די האַרן פֿון יהוּדה מיט זײער מחנה,

די האַרן פֿון זבֿולון, די האַרן פֿון נַפֿתָּלי.

29 דײַן ג-ט זאָל באַפֿעלן דײַן שטאַרקײט;

שטאַרק זיך, אלֹקים, דו װאָס האָסט געטאָן פֿאַר אונדז.

30 פֿון דײַן הֵיכל אין ירושָלַיִם;

זאָלן מלכים דיר ברענגען מתָּנות.

31 שרײַ אָן אױף דער חיה פֿונעם װאַסערראָר,

אױפֿן געזעמל אָקסן מיט די קעלבער-פֿעלקער,

זײ זאָלן זיך צו די פֿיס װאַרפֿן מיט זילבערשטיקער;

ער זאָל צעשפּרײטן די אומות װאָס באַגערן מלחמות.

32 שׂרָרות זאָלן קומען פֿון מִצרַיִם,

כּוּש זאָל אױסשטרעקן אירע הענט צו אלֹקים.

33 איר קיניגרײַכן פֿון דער ערד, זינגט צו אלֹקים,

שפּילט צו אֲדֹנָי,

סֶלָה;

34 צו דעם װאָס רײַט אױף די אוראַלטע הימלען פֿון די הימלען;

זע, ער לאָזט אַרױס זײַן קֹול, אַ מאַכטיקן קֹול.

35 גיט שטאַרקײט צו אלֹקים;

איבער יִשׂרָאֵל איז זײַן גרױסקײט,

און זײַן שטאַרקײט אין די װאָלקנס.

36 אלֹקים איז פֿאָרכטיק פֿון דײַנע הײליקטומען;

אֵל פֿון יִשׂרָאֵל, ער גיט שטאַרקײט און מאַכט צום פֿאָלק;

געלױבט איז אלֹקים.

Veja também