Pular para o conteúdo
Publicidade

תְּהִלִּים 132

1 אַ געזאַנג פֿון די אַרױפֿגאַנגען.

געדענק, ה׳, דָוִדן אַל זײַן פּלאָגן זיך.

2 װי ער האָט געשװאָרן צו ה׳,

אַ נדר געטאָן צום מאַכטיקן פֿון יעקבֿ:

3 אױב איך װעל קומען אין געצעלט פֿון מײַן הױז,

אױב איך װעל אַרױף אױף דעם בעט פֿון מײַן געלעגער,

4 אױב איך װעל געבן שלאָף צו מײַנע אױגן,

צו מײַנע ברעמען שלומער,

5 ביז איך װעל געפֿינען אַן אָרט פֿאַר ה׳,

אַ װױנונג פֿאַר דעם מאַכטיקן פֿון יעקבֿ!

6 זע, מיר האָבן געהערט אַז עס איז אין אֶפֿרָת,

מיר האָבן עס געפֿונען אין פֿעלד פֿון יַעַר.

7 לאָמיר קומען צו זײַן װױנונג,

לאָמיר זיך בוקן צו זײַן פֿוסבענקל.

8 שטײ אױף, ה׳, צו דײַן רו,

דו און דער אָרון פֿון דײַן שטאַרקײט.

9 דײַנע כּהנים זאָלן זיך אָנקלײדן אין גערעכטיקײט,

און דײַנע פֿרומע זאָלן זינגען.

10 פֿון װעגן דָוִדן דײַן קנעכט,

זאָלסט נישט אָפּשטױסן דעם פּנים פֿון דײַן געזאַלבטן.

11 ה׳ האָט אמת געשװאָרן צו דָוִדן,

ער װעט זיך נישט אָפּקערן דערפֿון:

פֿון דער פֿרוכט פֿון דײַן לײַב

װעל איך זעצן אױף דײַן טראָן.

12 אױב דײַנע זין װעלן היטן מײַן ברית,

און מײַן צײגנים װאָס איך װעל זײ לערנען,

װעלן אױך זײערע זין ביז אײביק זיצן אױף דײַן טראָן.

13 װאָרעם ה׳ האָט אױסדערװײלט צִיוֹן,

זי געגלוסט פֿאַר זײַן װױנונג:

14 דאָס איז מײַן רוּונג ביז אײביק,

דאָ װעל איך זיצן, װײַל איך גלוסט זי.

15 בענטשן װעל איך בענטשן איר שפּײַז,

אירע באַדערפֿטיקע װעל איך זעטן מיט ברױט.

16 און אירע כּהנים װעל איך אָנקלײדן אין הילף,

און זינגען װעלן זינגען אירע פֿרומע.

17 דאָרטן װעל איך מאַכן שפּראָצן אַ האָרן פֿאַר דָוִדן,

איך האָב אָנגעברײט אַ ליכט פֿאַר מײַן געזאַלבטן.

18 זײַנע פֿײַנט װעל איך אָנקלײדן אין שאַנד,

און אױף אים װעט שײַנען זײַן קרױן.

Veja também