Pular para o conteúdo
Publicidade

תְּהִלִּים 84

1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער, אױף גִתּית; פֿון די קינדער פֿון קֹרַח אַ מיזמור.

2 װי ליבלעך זײַנען דײַנע װױנונגען,

ה׳ צבָֿאוֹת!

3 מײַן זעל גאַרט און גײט אױס

נאָך די הױפֿן פֿון ה׳;

מײַן האַרץ און מײַן לײַב זינגען

צום לעבעדיקן אֵל.

4 אַפֿילו אַ שפּערל געפֿינט אַ הײם,

און אַ שװאַלב אַ נעסט פֿאַר זיך,

װוּ זי טוט אַהין אירע יונגע,

בײַ דײַנע מזבחות, ה׳ צבָֿאוֹת,

מײַן קיניג און מײַן ג-ט.

5 װױל צו די װאָס זיצן אין דײַן הױז;

תּמיד װעלן זײ דיך לױבן.

סֶלָה.

6 װױל צו די מענטשן װאָס זײער שטאַרקײט איז אין דיר,

װאָס דײַנע װעגן זײַנען אין זײער האַרצן.

7 דורכגײענדיק דעם טאָל בָכאָ,

מאַכן זײ אים פֿאַר אַ קװאַל;

יאָ, אַ פֿרירעגן באַקלײדט אים מיט ברכות.

8 זײ גײען פֿון שטאַרקײט צו שטאַרקײט,

זײ װײַזן זיך פֿאַר אלֹקים אין צִיוֹן.

9 ה׳ דו אלֹקים פֿון צבָֿאוֹת, הער צו מײַן תּפֿילה,

פֿאַרנעם, דו אלוקי יעקבֿ.

סֶלָה.

10 אלֹקים אונדזער שילד, זע,

און קוק אױף דעם פּנים פֿון דײַן געזאַלבטן.

11 װאָרעם בעסער אַ טאָג אין דײַנע הױפֿן

אײדער טױזנט;

איך װאָלט אױסגעװײלט שטײן בײַם שװעל אין הױז פֿון מײַן ג-ט,

אײדער װױנען אין געצעלטן פֿון אומרעכט.

12 װאָרעם אַ זון און אַ שילד איז ה׳ אלֹקים,

חן און כּבֿוד גיט ה׳;

ער פֿאַרמײַדט נישט קײן גוטס

פֿון די װאָס גײען אין ערלעכקײט.

13 ה׳ צבָֿאוֹת, װױל צו דעם מענטשן

װאָס פֿאַרזיכערט זיך אױף דיר.

Todos os capítulos de תְּהִלִּים 150
  1. 1
  2. 2
  3. 3
  4. 4
  5. 5
  6. 6
  7. 7
  8. 8
  9. 9
  10. 10
  11. 11
  12. 12
  13. 13
  14. 14
  15. 15
  16. 16
  17. 17
  18. 18
  19. 19
  20. 20
  21. 21
  22. 22
  23. 23
  24. 24
  25. 25
  26. 26
  27. 27
  28. 28
  29. 29
  30. 30
  31. 31
  32. 32
  33. 33
  34. 34
  35. 35
  36. 36
  37. 37
  38. 38
  39. 39
  40. 40
  41. 41
  42. 42
  43. 43
  44. 44
  45. 45
  46. 46
  47. 47
  48. 48
  49. 49
  50. 50
  51. 51
  52. 52
  53. 53
  54. 54
  55. 55
  56. 56
  57. 57
  58. 58
  59. 59
  60. 60
  61. 61
  62. 62
  63. 63
  64. 64
  65. 65
  66. 66
  67. 67
  68. 68
  69. 69
  70. 70
  71. 71
  72. 72
  73. 73
  74. 74
  75. 75
  76. 76
  77. 77
  78. 78
  79. 79
  80. 80
  81. 81
  82. 82
  83. 83
  84. 84
  85. 85
  86. 86
  87. 87
  88. 88
  89. 89
  90. 90
  91. 91
  92. 92
  93. 93
  94. 94
  95. 95
  96. 96
  97. 97
  98. 98
  99. 99
  100. 100
  101. 101
  102. 102
  103. 103
  104. 104
  105. 105
  106. 106
  107. 107
  108. 108
  109. 109
  110. 110
  111. 111
  112. 112
  113. 113
  114. 114
  115. 115
  116. 116
  117. 117
  118. 118
  119. 119
  120. 120
  121. 121
  122. 122
  123. 123
  124. 124
  125. 125
  126. 126
  127. 127
  128. 128
  129. 129
  130. 130
  131. 131
  132. 132
  133. 133
  134. 134
  135. 135
  136. 136
  137. 137
  138. 138
  139. 139
  140. 140
  141. 141
  142. 142
  143. 143
  144. 144
  145. 145
  146. 146
  147. 147
  148. 148
  149. 149
  150. 150

Estes versículos te tocaram? Ore agora!

+581 estão orando agora.

Junte-se à corrente de oração.