13 איך האָב געזען אין זעונגען פֿון דער נאַכט,
ערשט אױף װאָלקנס פֿון הימל
איז אָנגעקומען אַזױ װי אַ בַּר אֱנָשׁ,
און ביז דעם עתיק ימים האָט ער דערגרײכט,
און מע האָט אים געבראַכט פֿאַר אים.
14 און אים איז געגעבן געװאָרן געװעלטיקײט,
און כּבֿוד, און מלוכה,
אַז אַלע פֿעלקער, אומות, און לשוֹנות,
זאָלן בוקן זיך דינען צו אים;
זײַן געװעלטיקײט אַן אײביקע געװעלטיקײט, װאָס פֿאַרגײט נישט,
און זײַן מלוכה, אַזאַ װאָס װערט נישט צעשטערט.