Pular para o conteúdo
Publicidade

Aniversário de idoso

Por Bíblia Online

O aniversário de um idoso é celebração de uma vida longa e cheia de experiências com Deus. A Bíblia honra os cabelos brancos como coroa de glória e prova da fidelidade divina.

גיט אַ דאַנק צו ה׳, װאָרעם ער איז גוט,

װאָרעם אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד,

דאָס איז דער טאָג װאָס ה׳ האָט געמאַכט,

לאָמיר לוסטיק זײַן און זיך פֿרײען אין אים.

פֿון דָוִדן; װען ער האָט געביטן זײַן שׂכל פֿאַר אַבֿימֶלֶכן, און ער האָט אים אַרױסגעטריבן, און ער איז אַװעק.

ה׳ איז מײַן שטאַרקײט און מײַן שילד,

אױף אים האָט זיך פֿאַרזיכערט מײַן האַרץ,

און איך בין געהאָלפֿן געװאָרן.

דערום איז לוסטיק מײַן האַרץ,

און מיט מײַן געזאַנג טו איך אים דאַנקען.

פֿיל זאָגן: װער װעט אונדז װײַזן גוטס?

ה׳, הײב דאָס ליכט פֿון דײַן פּנים אױף אונדז.

װעסט מיך מאַכן װיסן דעם װעג פֿון לעבן;

אַ זעטיקײט פֿון פֿרײדן איז פֿאַר דײַן פּנים,

תּענוגים אין דײַן רעכטער האַנט אײביק.

אײנס האָב איך פֿאַרלאַנגט פֿון ה׳,

דאָס טו איך בעטן:

איך זאָל זיצן אין הױז פֿון ה׳

אַלע טעג פֿון מײַן לעבן,

צו זען די ליבלעכקײט פֿון ה׳,

און זיך צו פֿעדערן אין זײַן הֵיכל.

לערן אונדז ריכטיק צו צײלן אונדזערע טעג,

כּדי מיר זאָלן קריגן אַ האַרץ פֿון חכמה.

אַ שײנע קרױן איז אַ גראָער קאָפּ;

אױפֿן װעג פֿון גערעכטיקײט װערט זי געפֿונען.

די צירונג פֿון יונגעלײַט איז זײער כּוֹח,

און די שײנקײט פֿון זקנים איז אַ גראָער קאָפּ.

אָבער די װאָס האָפֿן אױף ה׳ װעלן באַנײַען דעם כּוֹח,

זײ װעלן אױפֿהײבן פֿליגלען װי די אָדלערס;

זײ װעלן לױפֿן און נישט מיד װערן,

זײ װעלן גײן און נישט מאַט װערן.

און אַצונד זע, ה׳ האָט מיך געלאָזט לעבן, אַזױ װי ער האָט גערעדט; שױן פֿינף און פֿערציק יאָר פֿון זינט ה׳ האָט גערעדט דאָס דאָזיקע װאָרט צו משהן, װען יִשׂרָאֵל איז געגאַנגען אין מדבר; און אַצונד אָט בין איך הײַנט אַ מאַן פֿון פֿינף און אַכציק יאָר. איך בין נאָך הײַנט אַזױ שטאַרק, װי אין דעם טאָג װאָס משה האָט מיך געשיקט; אַזױ װי מײַן כּוֹח דענצמאָל, אַזױ איז מײַן כּוֹח אַצונד פֿאַר מלחמה, און פֿאַר אַרױסגײן און אַרײַנגײן.

ה׳ זאָל דיך בענטשן, און דיך היטן!

ה׳ זאָל דערלײַכטן זײַן פּנים צו דיר, און דיך לײַטזעליקן!

ה׳ זאָל אױפֿהײבן זײַן פּנים צו דיר, און דיר באַשערן שלום!

Seja o primeiro