1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער, מיט סטרונעשפּיל; אַ מיזמור פֿון דָוִדן.
2 אַז איך רוף, ענטפֿער מיר, דו ג-ט פֿון מײַן גערעכטער;
אין ענגעניש זאָלסטו מיר דערברײטערן;
לײַטזעליק מיך, און הער צו מײַן תּפֿילה.
3 איר מענטשנקינדער,
ביז װאַנען װעט מײַן כּבֿוד צו שאַנד זײַן,
װעט איר ליב האָבן נישטיקײט,
װעט איר זוכן ליגן? סֶלָה.
4 אָבער זײַט װיסן, אַז ה׳ שײדט אָפּ זײַן פֿרומען,
ה׳ װעט הערן אַז איך װעל רופֿן צו אים.
5 ציטערט און איר זאָלט נישט זינדיקן,
באַקלערט אין אײַער האַרצן אױף אײַער געלעגער,
און װערט אַנטשװיגן. סֶלָה.
6 שלאַכט שלאַכטאָפּפֿער פֿון גערעכטיקײט,
און פֿאַרזיכערט אײַך אױף ה׳.
7 פֿיל זאָגן: װער װעט אונדז װײַזן גוטס?
ה׳, הײב דאָס ליכט פֿון דײַן פּנים אױף אונדז.
8 האָסט מיר געגעבן מער שׂימחה אין האַרצן,
װי בעת זײער תּבֿואה און זײער װײַן זײַנען פֿיל.
9 בשלום װי איך לײג זיך אַזױ שלאָף איך אײַן,
װאָרעם דו ה׳ מאַכסט מיך װױנען באַזונדער אין זיכערקײט.