5 בעת איר װעט הערן דעם קֹול פֿון דעם האָרן, פֿלײַט, גיטאַר, פֿירסטרונע, האַרף, פֿײַפֿזאַק, און אַלערלײ כּלֵי-זֶמֶר, זאָלט איר אַנידערפֿאַלן און זיך בוקן צו דער גילדערנער געשטאַלט, װאָס דער מלך נבֿוכַדנֶצַר האָט אױפֿגעשטעלט. 6 און װער עס װעט נישט אַנידערפֿאַלן און זיך בוקן, װעט אין דער אײגענער שעה אַרײַנגעװאָרפֿן װערן אין אַן אױװן מיט ברענעדיקן פֿײַער.