Pular para o conteúdo
Publicidade

דָניאֵל 7

9 איך האָב געקוקט

ביז טראָנען האָט מען אױפֿגעשטעלט,

און אַן אַלטבאַטאָגטער האָט זיך געזעצט;

זײַן מלבוש איז געװען װי װײַסער שנײ,

און די האָר פֿון זײַן קאָפּ װי לױטערע װאָל;

זײַן טראָן איז געװען פֿלאַמען פֿײַער,

די רעדער דערפֿון, ברענעדיק פֿײַער.

10 אַ טײַך פֿײַער האָט אַרױסגעשטראָמט,

און איז אַרױסגעגאַנגען פֿון פֿאַר אים;

טױזנט מאָל טױזנט האָבן אים באַדינט,

און צען טױזנט מאָל צען טױזנט זײַנען פֿאַר אים געשטאַנען;

אַ בֵית-דין איז געזעסן,

און ביכער זײַנען געװען געעפֿנט.

Estes versículos te tocaram? Ore agora!

+581 estão orando agora.

Junte-se à corrente de oração.

Veja também