24 זיבעציק װאָכן זײַנען נִגזר געװאָרן אױף דײַן פֿאָלק און אױף דײַן הײליקער שטאָט, כּדי צו פֿאַרלענדן דעם איבערטרעטן, און פֿאַרטיליקן דעם חטא, און מכַפּר זײַן אױף דער זינד, און ברענגען אײביקע גערעכטיקײט, און באַזיגלען די זעונג און די נבֿיאות, און זאַלבן דעם קָדשֵי-קָדשים. 25 און זאָלסט װיסן און פֿאַרשטײן, אַז פֿון דעם אַרױסגאַנג פֿון דעם װאָרט, װידער אױפֿצובױען ירושָלַיִם, ביז דעם משיח דעם פֿירשט, זײַנען זיבן װאָכן, און צװײ און זעכציק װאָסן װעט זי װידער זײַן אױפֿגעבױט, מיט מערק און גראָבנס, אָבער אין געדריקטע צײַטן. 26 און נאָך די צװײ און זעכציק װאָכן, װעט דער משיח אָפּגעשניטן װערען אָבער נישט פֿאַר זיך אַלײן; און די שטאָט און דאָס הײליקטום װעט צעשטערן דאָס פֿאָלק פֿון אַ פֿירשט װאָס װעט קומען; און זײַן סוף װעט זײַן מיט פֿלײצונג; און ביז צום סוף פֿון דער מלחמה זײַנען נִגזר געװאָרן פֿאַרװיסטונגען. 27 און ער װעט מאַכן אַ שטאַרקן ברית מיט פֿיל פֿאַר אײן װאָך; און אַ האַלבע װאָך װעט ער פֿאַרשטערן שלאַכטאָפּפֿער און שפּײַזאָפּפֿער; און אױף דעם פֿליגל פֿון אומװערדיקײטן װעט קומען דער פֿאַרװיסטער, אַזש ביז אַ פֿאַרלענדונג און אַ גזר װעט אױסגעגאָסן װערן אױף דעם פֿאַרװיסטער.
Publicidade