Pular para o conteúdo
Publicidade

רוּת 4

14 האָבן די װײַבער געזאָגט צו נָעמין: ברוך ה׳ װאָס ער האָט דיך הײַנט נישט געלאָזן אָן אַן אױסלײזער, און זאָל זײַן נאָמען זײַן באַרופֿן אין יִשׂרָאֵל! 15 און ער זאָל דיר זײַן פֿאַר אַ דערקװיקער פֿון דער זעל, און אױף אױסצוהאַלטן דײַן עלטער װאָרעם דײַן שנור װאָס האָט דיך ליב, האָט אים געבאָרן, װאָס זי איז דיר בעסער װי זיבן זין.

16 און נָעמי האָט גענומען דאָס קינד, און האָט עס אַרײַנגעטאָן אין איר בוזעם, און זי איז אים געװען פֿאַר אַ דערציערין. 17 און די שכנות האָבן אים געגעבן אַ נאָמען, אַזױ צו זאָגן: אַ זון איז געבאָרן געװאָרן בײַ נָעמין; און זײ האָבן גערופֿן זײַן נאָמען עוֹבֿד. דאָס איז דער פֿאָטער פֿון יִשַי דעם פֿאָטער פֿון דָוִדן.

Veja também

Rute
Ver todos os capítulos de Rute