26 האָט דער מלך זיך אָפּגערופֿן צו דָניאֵלן װאָס זײַן נאָמען איז געװען בלטשאַצַר: קענסטו מיך מאַכן װיסן דעם חלום װאָס איך האָב געזען, און זײַן פּיתרון? 27 האָט געענטפֿערט דָניאֵל פֿאַר דעם מלך, און האָט געזאָגט: דעם סָוד װאָס דער מלך פֿאַרלאַנגט קענען קײן חכמים, צױבערשפּרעכער, חַרטומים, שטערנזעער, דעם מלך נישט זאָגן. 28 אָבער פֿאַראַן אַ ג-ט אין הימל װאָס אַנטפּלעקט סוֹדות, און ער האָט געלאָזט װיסן דעם מלך נבֿוכַדנֶצַר װאָס װעט געשען אין די לעצטע טעג. דײַן חלום, און די זעונגען פֿון דײַן קאָפּ אױף דײַן געלעגער, זײַנען אָט-װאָס: