Pular para o conteúdo
Publicidade

Ester 9

20 און מָרדכַי האָט אױפֿגעשריבן די דאָזיקע זאַכן, און ער האָט געשיקט בריװ צו אַלע ייִדן װאָס אין אַלע מדינות פֿון מלך אַחַשוֵרוֹש, די נאָנטע און די װײַטע, 21 צו באַפֿעסטיקן אױף זײ, אַז זײ זאָלן האַלטן דעם פֿערצנטן טאָג פֿון חודש אָדֶר, און דעם פֿופֿצנטן טאָג אין אים, אַלע יאָר אין יאָר, 22 אַזױ װי די טעג װאָס די ייִדן זײַנען לױז געװאָרן פֿון זײערע פֿײַנט, און דעם חודש װאָס איז זײ פֿאַרקערט געװאָרן פֿון קומער אין אַ שׂימחה, און פֿון טרױער אין אַ יוֹם-טובֿ; זײ צו מאַכן פֿאַר טעג פֿון אַ סעודה און אַ שׂימחה, מיט שַלַח-מָנות פֿון אײנעם צום אַנדערן, און מתָּנות צו אָרימע לײַט. 23 און די ייִדן האָבן אָנגענומען װאָס זײ האָבן אָנגעהױבן צו טאָן, און װאָס מָרדכַי האָט צו זײ געשריבן. 24 װאָרעם הָמָן דער זון פֿון הַמדָתאָן, דער אַגָגי, דער צוֹרר אױף אַלע ייִדן, האָט געטראַכט אױף די ייִדן זײ אונטערצוברענגען, 25 און ער האָט עװאָרפֿן אַ פּור, דאָס איז אַ גורל, זײ צו פֿאַרטומלען און זײ אונטערצוברענגען. אָבער אַז זי איז געקומען פֿאַרן מלך, האָט ער אָנגעזאָגט מיט אַ בריװ, אַז זײַן בײזע מחשבֿה װאָס ער האָט געטראַכט אױף די ייִדן, זאָל זיך אומקערן אױף זײַן קאָפּ; און מע האָט אױפֿגעהאַנגען אים און זײַנע זין אױף דער תּליה. 26 דערום האָט מען גערופֿן די דאָזיקע טעג פּורים, אױף דעם נאָמען פּור. דערפֿאַר, פֿון װעגן די װערטער פֿון דעם דאָזיקן בריװ, און װאָס זײ האָבן זיך אָנגעזען דערפֿון, און װאָס זײ איז געשען, 27 האָבן די ייִדן באַפֿעסטיקט און גענומען אױף זיך, און אױף זײערע קינדער, און אױף אַלע װאָס באַהעפֿטן זיך אָן זײ, אַז עס זאָל נישט בטל װערן, צו האַלטן די דאָזיקע צװײ טעג, אַזױ װי עס איז געשריבן װעגן זײ, און לױט זײער צײַט, אַלע יאָר פֿאַר יאָר. 28 און די דאָזיקע טעג זאָלן געדאַכט װערן, און געהאַלטן װערן אין איטלעכן דור, איטלעכער משפּחה, איטלעכער מדינה, און איטלעכער שטאָט; און די דאָזיקע טעג פֿון פּורים זאָלן נישט אָפּגעשאַפֿט װערן פֿון צװישן ייִדן, און זײער געדעכעניש זאָל נישט אױפֿהערן בײַ זײערע קינדער.

29 און אֶסתֵּר המלכּה, די טאָכטער פֿון אַבֿיהַיִלן, און מָרדכַי דער ייִד, האָבן געשריבן מיט גאָרער שטאַרקײט, צו באַפֿעסטיקן דעם דאָזיקן צװײטן בריװ װעגן פּורים. 30 און ער האָט צעשיקט בריװ צו אַלע ייִדן, צו די הונדערט און זיבן און צװאַנציק מדינות פֿון אַחַשוֵרוֹשעס קיניגרײַך, מיט װערטער פֿון פֿריד און װאָרהאַפֿטיקײט, 31 אַז זײ זאָלן באַפֿעסטיקן די דאָזיקע טעג פֿון פּורים אין זײערע צײַטן, אַזױ װי מָרדכַי דער ייִד און אֶסתֵּר המלכּה האָבן באַפֿעסטיקט אױף זײ, און אַזױ װי זײ האָבן באַפֿעסטיקט אױף זיך אַלײן און אױף זײערע קינדער, די אָנזאָגן װעגן די תָּענֵיתים און זײער קלאָג. 32 און אֶסתֵּרס באַפֿעל האָט באַפֿעסטיקט די דאָזיקע אָנזאָגן װעגן פּורים; און עס איז פֿאַרשריבן געװאָרן אין אַ בוך.

Veja também