Pular para o conteúdo
Publicidade

Neemias 4

1 און עס איז געװען, װען סַנבֿלַט, און טוֹבֿיָה, און די אַראַבער, און די עַמוֹנים, און די אַשדוֹדים, האָבן געהערט אַז די מױערן פֿון ירושָלַיִם װערן פֿאַרריכט, אַז די בראָכן האָבן אָנגעהױבן פֿאַרשטאָפּט צו װערן, האָט זײ זײער געברענט. 2 און זײ האָבן געמאַכט אַ בונט אַלע אין אײנעם, צו קומען מלחמה האַלטן אױף ירושָלַיִם, און אָנמאַכן דרינען אַ מהומה. 3 האָבן מיר מתפּלל געװען צו אלוקינו, און מיר האָבן געשטעלט אַ װאַך אַקעגן זײ בײַ טאָג און בײַ נאַכט, פֿאַר זײ.

4 און יהוּדה האָט געזאָגט: דער כּוֹח פֿון די לאַסטטרעגער איז אָפּגעשװאַכט, און ערד אָפּצוראַמען איז דאָ אַ סך, און מיר קענען נישט בױען די מױער. 5 און אונדזערע שָׂונאים האָבן געזאָגט: זאָלן זײ נישט מערקן און נישט זען, ביז מיר װעלן קומען צװישן זײ, און װעלן זײ אױסהרגען, און אױפֿהערן די אַרבעט. 6 און עס איז געװען, אַז די ייִדן װאָס זײַנען געזעסן בײַ זײ, זײַנען צו אונדז געקומען, האָבן זײ אונדז צען מאָל געזאָגט װעגן אַלע פּלענער װאָס זײ האָבן געשמידט קעגן אונדז.

Veja também