3 און איך האָב געלערנט גײן אפֿרים,
זײ פֿאַר זײערע אָרעמס גענומען,
אָבער זײ האָבן נישט געמערקט
אַז איך האָב זײ געװאַלט הײלן.
4 מיט מענטשלעכע שטריק האָב איך זײ צוגעצױגן,
מיט שנורן פֿון ליבשאַפֿט,
און איך בין זײ געװען
װי די אַראָפּנעמער פֿון דעם יאָך אױף זײערע קינבאַקן:
און עסן פֿלעג איך אים דערלאַנגען.