Pular para o conteúdo
Publicidade

Josué 6

1 און יריחוֹ איז געװען פֿאַרשפּאַרט און פֿאַרשלאָסן פֿון װעגן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל; נישט אַרױס און נישט אַרײַן.

2 האָט ה׳ געזאָגט צו יְהוֹשועַן: זע, איך האָב געגעבן אין דײַן האַנט יריחוֹ און איר מלך, און די שטאַרקע גיבוֹרים. 3 זאָלט איר, אַלע מלחמה-לײַט, אַרומגײן די שטאָט רונד אַרום אײן מאָל. אַזױ זאָלסטו טאָן זעקס טעג. 4 און זיבן כּהנים זאָלן טראָגן זיבן שוֹפֿרות פֿון װידערס פֿאַר דעם אָרון; און אױפֿן זיבעטן טאָג זאָלט איר אַרומגײן די שטאָט זיבן מאָל; און די כּהנים זאָלן בלאָזן אין די שוֹפֿרות. 5 און עס װעט זײַן, װען מע גיט אַן אױסגעצױגענעם בלאָז מיטן האָרן פֿון װידער, װי איר הערט דעם קֹול פֿון שופֿר, זאָל דאָס גאַנצע פֿאָלק אױפֿהײבן אַ גרױסע שרײען, און די מױער פֿון דער שטאָט װעט אײַנפֿאַלן אונטער זיך, און דאָס פֿאָלק װעט אַרױפֿגײן איטלעכער גלײך אַרױף.

6 האָט יְהוֹשועַ דער זון פֿון נון גערופֿן די כּהנים, און ער האָט צו זײ געזאָגט: טראָגט דעם אָרון פֿון ברית, און זיבן כּהנים זאָלן טראָגן זיבן שוֹפֿרות פֿון װידערס פֿאַר דעם אָרון פֿון ה׳. 7 און ער האָט געזאָגט צום פֿאָלק: ציט, און גײט אַרום די שטאָט, און די באַװאָפֿנטע זאָלן ציען פֿאַר דעם אָרון פֿון ה׳.

Veja também