12 און גאַנץ יהוּדה האָבן געבראַכט מעשׂר פֿון תּבֿואה, און אײל, און װײַן, אין די שאַצקאַמערן. 13 און איך האָב געמאַכט פֿאַר שאַצמײַנסטער איבער די שאַצקאַמערן, שֶלֶמיָה דעם כּהן, און צָדוֹק דעם שרײַבער, און פּדָיָהן פֿון די לוִיִים, און זײ צו דער האַנט, חָנָן דעם זון פֿון זַכּור דעם זון פֿון מַתַּניָהן, װײַל זײ זײַנען געװען פֿאַררעכנט פֿאַר באַגלױבטע; און אױף זײ איז געלעגן אױסצוטײלן צו זײערע ברידער. 14 געדענק מיר, ג-ט מײַנער, פֿאַר דעם, און לאָז נישט אָפּגעמעקט װערן מײַנע גוטע זאַכן װאָס איך האָב געטאָן פֿאַר דעם הױז פֿון מײַן ג-ט, און פֿאַר זײַנע װאַכן.