14 אױך האָב איך און מײַנע ברידער, פֿון דעם טאָג אָן װאָס מע האָט מיר באַפֿױלן צו זײַן זײער פֿירשט אין לאַנד יהוּדה, פֿון דעם צװאַנציקסטן יאָר און ביזן צװײ און דרײַסיקסטן יאָר פֿון דעם מלך אַרתַּחשַסתּאָ, צװעלף יאָר, נישט געגעסן די שפּײַז פֿון אַ פֿירשט. 15 און די פֿריִערדיקע פֿירשטן װאָס פֿאַר מיר האָבן באַשװערט אױפֿן פֿאָלק, און זײ האָבן גענומען פֿון זײ פֿאַר ברױט און װײַן, אַחוץ פֿערציק שקָלים זילבער; אױך האָבן זײערע יונגען געװעלטיקט איבער דעם פֿאָלק. אָבער איך האָב נישט געטאָן אַזױ, פֿון יִרְאַת אלֹקים. 16 און אױך בײַ דער אַרבעט פֿון דער דאָזיקער מױער האָב איך צוגעלײגט אַ האַנט, הגם קײן פֿעלד האָבן מיר נישט געקױפֿט; און אַלע מײַנע יונגען זײַנען געװען אײַנגעזאַמלט דאָרטן בײַ דער אַרבעט. 17 און די ייִדן, און די פֿאָרשטײער, הונדערט און פֿופֿציק מאַן, און די װאָס זײַנען צו אונדז געקומען פֿון די פֿעלקער װאָס אַרום אונדז, זײַנען געװען בײַ מײַן טיש. 18 און װאָס איז צוגעגרײט געװאָרן פֿאַר אײן טאָג, איז געװען: אײן אָקס, זעקס געקליבענע שאָף; אױך עוֹפֿות זײַנען צוגעגרײט געװאָרן בײַ מיר; און אַלע צען טעג אַלערלײ װײַן לרובֿ. און פֿון דעסט װעגן האָב איך נישט פֿאַרלאַנגט די שפּײַז פֿון אַ פֿירשט, װײַל דער דינסט איז געװען שװער אױף דעם דאָזיקן פֿאָלק. 19 דערמאָן מיר, ג-ט מײַנער, צום גוטן אַלץ װאָס איך האָב געטאָן פֿאַר דעם דאָזיקן פֿאָלק.