1 און ה׳ האָט צו מיר געזאָגט: גײ װידער האָב ליב אַ פֿרױ, געליבט פֿון אַ ליבהאָבער, אָבער אַ נואפֿטע; אַזױ װי ה׳ האָט ליב די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, און זײ קערן זיך צו פֿרעמדער ג-טער, און האָבן ליב ראָזינקעסקוכנס.
2 האָב איך זי מיר געקױפֿט פֿאַר פֿופֿצן זילבערשטיק, און אַ חוֹמֶר גערשטן, און אַ לֶתֶך גערשטן. 3 און איך האָב צו איר געזאָגט: פֿיל טעג זאָלסטו מיר זיצן אַלײן, זאָלסט נישט מזַנה זײַן, און נישט געהערן צו קײן מאַן, און דעס גלײַכן איך קעגן דיר.