7 נאָר זײַ זײער שטאַרק און פֿעסט צו היטן צו טאָן אַזױ װי די דאָזיקע גאַנצע תּורה װאָס משה מײַן קנעכט האָט דיר באַפֿױלן; זאָלסט דערפֿון נישט אָפּקערן רעכטס אָדער לינקס, כּדי זאָלסט באַגליקן אומעטום װוּ דו װעסט גײן. 8 דאָס דאָזיקע בוך פֿון דער תּורה זאָל זיך נישט אָפּטאָן פֿון דײַן מױל, און זאָלסט טראַכטן דערפֿון טאָג און נאַכט, כּדי זאָלסט היטן צו טאָן אַזױ װי אַלץ װאָס שטײט געשריבן דערין; װאָרעם דענצמאָל װעסטו מצליח זײַן אין דײַנע װעגן, און דענצמאָל װעסטו באַגליקן. 9 פֿאַר װאָר, איך זאָג דיר אָן: זײַ שטאַרק און פֿעסט, זאָלסט נישט פֿאָרכטן און נישט אַנגסטן, װאָרעם ה׳ דײַן ג-ט איז מיט דיר אומעטום װוּ דו װעסט גײן.