10 און אַצונד זע, ה׳ האָט מיך געלאָזט לעבן, אַזױ װי ער האָט גערעדט; שױן פֿינף און פֿערציק יאָר פֿון זינט ה׳ האָט גערעדט דאָס דאָזיקע װאָרט צו משהן, װען יִשׂרָאֵל איז געגאַנגען אין מדבר; און אַצונד אָט בין איך הײַנט אַ מאַן פֿון פֿינף און אַכציק יאָר. 11 איך בין נאָך הײַנט אַזױ שטאַרק, װי אין דעם טאָג װאָס משה האָט מיך געשיקט; אַזױ װי מײַן כּוֹח דענצמאָל, אַזױ איז מײַן כּוֹח אַצונד פֿאַר מלחמה, און פֿאַר אַרױסגײן און אַרײַנגײן.