Pular para o conteúdo
Publicidade

Josué 3

14 און עס איז געװען, װי דאָס פֿאָלק האָט געצױגן פֿון זײערע געצעלטן אַריבערצוגײן דעם יַרדן, מיט די כּהנים, װאָס האָבן געטראָגן דעם אָרון פֿון ברית, פֿאַרױס פֿאַרן פֿאָלק, 15 און װי די טרעגער פֿון אָרון זײַנען געקומען ביזן יַרדן, און די פֿיס פֿון די כּהנים, װאָס האָבן געטראָגן דעם אָרון, האָבן זיך אײַנגעטונקט אין ברעג װאַסער װאָרעם דער יַרדן איז פֿול איבער אַלע זײַנע ברעגן אַלע טעג פֿון שניט 16 אַזױ האָבן די װאַסערן, װאָס נידערן אַראָפּ פֿון אױבן, זיך אָפּגעשטעלט; זײ זײַנען געבליבן שטײן אין אײן הױפֿן, זײער װײַט פֿון דער שטאָט אָדָם װאָס לעבן צָרתָן; און די װאָס נידערן אַראָפּ צו דעם ים פֿון פּלױן, דעם יַם-הַמֶלַח, זײַנען אין גאַנצן פֿאַרשניטן געװאָרן; און דאָס פֿאָלק איז אַריבערגעגאַנגען אַקעגן יריחוֹ. 17 און די כּהנים, װאָס האָבן געטראָגן דעם אָרון פֿון ה׳ס ברית, זײַנען געשטאַנען פֿעסט אױף טריקעניש אין מיטן יַרדן; און גאַנץ יִשׂרָאֵל זײַנען אַריבערגעגאַנגען אױף טריקעניש, ביז דאָס גאַנצע פֿאָלק האָט געענדיקט אַריבערגײן דעם יַרדן.

Veja também