4 איז, װי איך האָב געהערט די דאָזיקע װערטער, אַזױ האָב איך זיך געזעצט און האָב געװײנט און האָב טעג געטרױערט, און איך האָב געפֿאַסט און האָב מתפּלל געװען פֿאַר דעם ג-ט פֿון הימל. 5 און איך האָב געזאָגט: איך בעט דיך, ה׳, אלֹקים פֿון די הימלען, הָאֵל גרױסער און פֿאָרכטיקער, װאָס היט דעם ברית און די גענאָד צו די װאָס האָבן אים ליב, און צו די װאָס היטן זײַנע געבאָט. 6 זאָל, איך בעט דיך, דײַן אױער זײַן פֿאַרנעמיק, און דײַנע אױגן אָפֿן, צוצוהערן צו דער תּפֿילה פֿון דײַן קנעכט װאָס איך בין מתפּלל פֿאַר דיר אַצונד טאָג און נאַכט פֿון װעגן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, דײַנע קנעכט, און בין זיך מתװדה אױף די זינד פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, װאָס מיר האָבן צו דיר געזינדיקט; יאָ, איך און דאָס הױז פֿון מײַן פֿאָטער האָבן געזינדיקט. 7 פֿאַרדאָרבן זײַנען מיר געװען פֿאַרדאָרבן אַקעגן דיר, און מיר האָבן נישט געהיט די געבאָט און די חוקים און די געזעצן װאָס דו האָסט באַפֿױלן דײַן קנעכט משהן. 8 דערמאָן זיך, איך בעט דיך, דאָס װאָרט װאָס דו האָסט אָנגעזאָגט דײַן קנעכט משהן, אַזױ צו זאָגן: װעט איר פֿעלשן, װעל איך אײַך צעשפּרײטן צװישן די פֿעלקער. 9 אָבער אַז איר װעט אײַך אומקערן צו מיר, און היטן מײַנע געבאָט און זײ טאָן, מעגן אײַערע פֿאַרשטױסענע זײַן אין עק הימל, װעל איך פֿון דאָרטן זײ אײַנזאַמלען, און װעל זײ ברענגען אין דעם אָרט װאָס איך האָב אױסדערװײלט צו מאַכן רוען מײַן נאָמען דאָרטן. 10 זײ זײַנען דאָך דײַנע קנעכט און דײַן פֿאָלק װאָס דו האָסט אױסגעלײזט מיט דײַן גרױס שטאַרקײט, און מיט דײַן מאַכטיקער האַנט. 11 איך בעט דיך, אֲדֹנָי, זאָל נאָר דײַן אױער זײַן פֿאַרנעמיק צו דער תּפֿילה פֿון דײַן קנעכט, און צו דער תּפֿילה פֿון דײַנע קנעכט װאָס װילן פֿאָרכטן דײַן נאָמען, און באַגליק, איך בעט דיך, הײַנט דײַן קנעכט, און גיב אים דערבאַרעמונג בײַ דעם דאָזיקן מאַן.
און איך בין געװען טראַנקמײַסטער בײַם מלך.