12 און איך האָב צו זײ געזאָגט: אױב עס איז גוט אין אײַערע אױגן, גיט מיר מײַן לױן, און אױב נישט, פֿאַרמײַדט אײַך. האָבן זײ אָפּגעװױגן מײַן לױן דרײַסיק זילבערשטיק. 13 האָט ג-ט געזאָגט צו מיר: װאַרף אים אַרײַן אין דער שאַצקאַמער, דעם שײנעם װערט װאָס איך בין װערט בײַ זײ. און איך האָב גענומען די דרײַסיק זילבערשטיק, און האָב עס אַרײַנגעװאָרפֿן אין הױז פֿון ה׳, אין דער שאַצקאַמער.