Pular para o conteúdo
Publicidade

מְלָכִים ב 4

1 און אײנע אַ פֿרױ פֿון די װײַבער פֿון די יונגע נבֿיאים האָט געשריִען צו אֶלישע, אַזױ צו זאָגן: דײַן קנעכט, מײַן מאַן, איז טױט; און דו װײסט אַז דײַן קנעכט איז געװען אַ ירא ה׳; און דער בַעַל-חובֿ איז געקומען נעמען צו זיך מײַנע צװײ קינדער פֿאַר קנעכט. 2 האָט אֶלישע צו איר געזאָגט: װאָס זאָל איך דיר טאָן? זאָג מיר װאָס האָסטו אין הױז? האָט זי געזאָגט: דײַן דינסט האָט גאָרנישט אין הױז, נאָר בלױז אַ קריגל אײל. 3 האָט ער געזאָגט: גײ באָרג דיר כּלים פֿון דערױסן, פֿון אַלע דײַנע שכנים, לײדיקע כּלים; זאָלסט נישט קאַרגן. 4 און זאָלסט אַרײַנגײן און פֿאַרשליסן די טיר הינטער דיר און הינטער דײַנע זין, און זאָלסט אָנגיסן אין אַלע די דאָזיקע כּלים; און די פֿולע זאָלסטו אַװעקרוקן.

5 איז זי אַװעקגעגאַנגען פֿון אים, און זי האָט פֿאַרשלאָסן די טיר הינטער זיך און הינטער אירע זין: זײ האָבן איר דערלאַנגט, און זי האָט אָנגעגאָסן. 6 און עס איז געװען, װי די כּלים זײַנען געװאָרן פֿול, אַזױ האָט זי געזאָגט צו איר זון: דערלאַנג מיר נאָך אַ כּלי. האָט ער צו איר געזאָגט: נישטאָ מער קײן כּלי. און דאָס אײל האָט זיך אָפּגעשטעלט.

7 איז זי געקומען, און האָט דערצײלט דעם מאַן פֿון ג-ט, און ער האָט געזאָגט: גײ פֿאַרקױף דאָס אײל, און באַצאָל דײַן חובֿ, און דו מיט דײַנע זין װעסט לעבן אױף דעם רעשט.

Veja também