Pular para o conteúdo
Publicidade

2 Reis 4

32 און אֶלישע איז געקומען אין הױז, ערשט דער ייִנגל איז טױט, אַװעקגעלײגט אױף זײַן בעט. 33 איז ער אַרײַנגעגאַנגען און האָט פֿאַרשלאָסן די טיר הינטער זײ צװײען, און ער האָט מתפּלל געװען צו ה׳. 34 און ער איז אַרױף און האָט זיך געלײגט איבערן קינד, און האָט אַרױפֿגעטאָן זײַן מױל אױף זײַן מױל, און זײַנע אױגן אױף זײַנע אױגן, און זײַנע הענט אױף זײַנע הענט, און ער האָט זיך אױסגעצױגן אױף אים, ביז דער לײַב פֿון ייִנגל איז געװאָרן װאַרעם. 35 און ער האָט זיך אומגעקערט, און איז אומגעגאַנגען אין הױז אײן מאָל אַהין און אײן מאָל אַהער; און ער איז אַרױף און האָט זיך אױסגעצױגן אױף אים; און דער ייִנגל האָט גענאָסן ביז זיבן מאָל, און דער ייִנגל האָט אױפֿגעמאַכט זײַנע אױגן.

Veja também