35 און אַז דײַן ברודער װעט אָרים װערן, און זײַן האַנט װעט זײַן געפֿאַלן בײַ דיר, זאָלסטו אים אױפֿהאַלטן װי אַ פֿרעמדן און אײַנגעװאַנדערטן, אַז ער זאָל קענען לעבן בײַ דיר. 36 זאָלסט נישט נעמען פֿון אים צינזן אָדער מערונג, און זאָלסט מורא האָבן פֿאַר דײַן ג-ט; כּדי דײַן ברודער זאָל קענען לעבן בײַ דיר.