19 און די מענטשן פֿון דער שטאָט האָבן געזאָגט צו אֶלישען: זע נאָר, דער אָרט פֿון דער שטאָט איז אַ גוטער, אַזױ װי מײַן האַר זעט, אָבער דאָס װאַסער איז שלעכט, און דאָס לאַנד פֿאַרװאַרפֿט. 20 האָט ער געזאָגט: ברענגט מיר אַ נײַע שיסל, און טוט אַרײַן אַהין זאַלץ. האָבן זײ עס אים געבראַכט. 21 און ער איז אַרױסגעגאַנגען צו דעם אַרױסגאַנג פֿונעם װאַסער, און האָט אַהין אַרײַנגעװאָרפֿן זאַלץ, און געזאָגט: אַזױ האָט ה׳ געזאָגט: איך האָב געהײלט דאָס דאָזיקע װאַסער; מער זאָל פֿון דאָרטן נישט זײַן קײן טױט און קײן פֿאַרװאַרפֿערין. 22 און דאָס װאַסער איז געהײלט געװאָרן ביז אױף הײַנטיקן טאָג, אַזױ װי דאָס װאָרט װאָס אֶלישע האָט גערעדט.