25 און אַ פֿרױ, אַז איר בלוטפֿליסונג װעט פֿליסן פֿיל טעג, נישט אין דער צײַט פֿון איר אָפּזונדערונג, אָדער זי װעט זײַן פֿלוסיק איבער דער צײַט פֿון איר אָפּזונדערונג, זאָל זי אַלע טעג פֿון איר אומרײנער פֿליסונג זײַן אַזױ װי אין די טעג פֿון איר אָפּזונדערונג; זי איז אומרײן. 26 איטלעך געלעגער װאָס זי װעט ליגן דערױף אַלע טעג פֿון איר פֿליסונג, זאָל איר זײַן אַזױ װי דאָס געלעגער פֿון איר אָפּזונדערונג; און איטלעכע זאַך װאָס זי װעט זיצן דערױף, זאָל זײַן אומרײן אַזױ װי די אומרײנקײט פֿון איר אָפּזונדערונג. 27 און איטלעכער װאָס רירט זיך אָן זײ אָן, זאָל װערן אומרײן; און ער זאָל װאַשן זײַנע קלײדער, און זיך באָדן אין װאַסער, און זײַן אומרײן ביזן אָװנט.