6 איר זאָלט נישט גענענען קײן אײנער צו אַ שום לײַבנאָנטער זײַנער, צו אַנטפּלעקן די שאַנד: איך בין ה׳.
7 די שאַנד פֿון דײַן פֿאָטער, און די שאַנד פֿון דײַן מוטער, זאָלסטו נישט אַנטפּלעקן: זי איז דײַן מוטער, טאָרסטו נישט אַנטפּלעקן איר שאַנד.
8 די שאַנד פֿון דײַן פֿאָטערס װײַב זאָלסטו נישט אַנטפּלעקן; די שאַנד פֿון דײַן פֿאָטער איז דאָס.
9 די שאַנד פֿון דײַן שװעסטער, דײַן פֿאָטערס טאָכטער, אָדער דײַן מוטערס טאָכטער, געבאָרן אין הױז, אָדער געבאָרן פֿון אױסן – זײער שאַנד זאָלסטו נישט אַנטפּלעקן.
10 די שאַנד פֿון דײַן זונס טאָכטער, אָדער פֿון דײַן טאָכטערס טאָכטער – זײער שאַנד זאָלסטו נישט אַנטפּלעקן, װאָרעם דײַן שאַנד זײַנען זײ.
11 די שאַנד פֿון דער טאָכטער פֿון דײַן פֿאָטערס װײַב, געבאָרן פֿון דײַן פֿאָטער – זי איז דײַן שװעסטער, זאָלסטו נישט אַנטפּלעקן איר שאַנד.
12 די שאַנד פֿון דײַן פֿאָטערס שװעסטער זאָלסטו נישט אַנטפּלעקן; דײַן פֿאָטערס לײַבנאָנטע איז זי.
13 די שאַנד פֿון דײַן מוטערס שװעסטער זאָלסטו נישט אַנטפּלעקן, װאָרעם דײַן מוטערס לײַבנאָנטע איז זי.
14 די שאַנד פֿון דײַן פֿאָטערס ברודער זאָלסטו נישט אַנטפּלעקן: צו זײַן װײַב זאָלסטו נישט גענענען; דײַן מומע איז זי.
15 די שאַנד פֿון דײַן שנור זאָלסטו נישט אַנטפּלעקן; דײַן זונס װײַב איז זי, טאָרסטו נישט אַנטפּלעקן איר שאַנד.
16 די שאַנד פֿון דײַן ברודערס װײַב זאָלסטו נישט אַנטפּלעקן; די שאַנד פֿון דײַן ברודער איז דאָס.
17 די שאַנד פֿון אַ פֿרױ מיט איר טאָכטער זאָלסטו נישט אַנטפּלעקן. איר זונס טאָכטער, אָדער איר טאָכטערס טאָכטער, זאָלסטו נישט נעמען, צו אַנטפּלעקן איר שאַנד; אירע לײַבנאָנטע זײַנען זײ, איז דאָס אַ שענדלעכקײט.
18 און אַ פֿרױ צו איר שװעסטער זאָלסטו נישט נעמען צו זײַן אַ מיטװײַב, צו אַנטפּלעקן איר שאַנד לעבן יענער בײַ איר לעבן.
19 און צו אַ פֿרױ אין דער אָפּזונדערונג פֿון איר אומרײנקײט זאָלסטו נישט גענענען צו אַנטפּלעקן איר שאַנד.
20 און מיט דער װײַב פֿון דײַן חבֿר זאָלסטו נישט האָבן אַ בײַשלאָף פֿון זאָמען, זיך צו פֿאַראומרײניקן מיט איר.
21 און פֿון דײַנע קינדער זאָלסטו נישט געבן אױף מקריבֿ זײַן צו מוֹלֶך, און זאָלסט נישט פֿאַרשװעכן דעם נאָמען פֿון דײַן ג-ט: איך בין ה׳.
22 און מיט אַ מאַנספּאַרשױן זאָלסטו נישט ליגן אַזױ װי מע ליגט מיט אַ פֿרױ; אַן אומװערדיקײט איז דאָס.
23 און מיט קײן בהמה זאָלסטו נישט ליגן, זיך צו פֿאַראומרײניקן מיט איר; און אַ פֿרױ זאָל נישט שטײן פֿאַר אַ בהמה צו ליגן מיט איר; אַ פֿאַרמישונג איז דאָס.