31 אָבער די מענטשן װאָס זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען מיט אים, האָבן געזאָגט: מיר קענען נישט אַרױפֿגײן קעגן דעם פֿאָלק, װאָרעם ער איז שטאַרקער פֿון אונדז. 32 און זײ האָבן אַרױסגעלאָזט אַ שלעכטן קלאַנג אױף דעם לאַנד װאָס זײ האָבן עס אױסגעקוקט, בײַ די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, אַזױ צו זאָגן: דאָס לאַנד װאָס מיר זײַנען דורכגעגאַנגען דורך דעם, כּדי עס אױסצוקוקן, דאָס איז אַ לאַנד װאָס עסט אױף אירע באַװױנער, און דאָס גאַנצע פֿאָלק, װאָס מיר האָבן געזען דרינען, זײַנען מענטשן פֿון גרױסן װוּקס. 33 און דאָרטן האָבן מיר געזען די נפֿילים, די זין פֿון עַנָק װאָס פֿון די נפֿילים; און מיר זײַנען געװען װי הײשעריקן אין אונדזערע אױגן, און אַזױ זײַנען מיר געװען אין זײערע אױגן.