1 און די יונגע נבֿיאים האָבן געזאָגט צו אֶלישע. זע נאָר, דער אָרט װוּ מיר זיצן פֿאַר דיר איז צו ענג פֿאַר אונדז.
2 לאָמיר גײן ביזן יַרדן, און לאָמיר נעמען פֿון דאָרטן איטלעכער פֿון אונדז אײן קלאָץ, און לאָמיר אונדז דאָרטן מאַכן אַן אָרט צו װױנען דאָרטן. האָט ער געזאָגט: גײט. 3 האָט אײנער געזאָגט: באַװיליק, איך בעט דיך, און גײ מיט דײַנע קנעכט. האָט ער געזאָגט: איך װעל גײן.
4 איז ער געגאַנגען מיט זײ, און זײ זײַנען געקומען צום יַרדן, און זײ האָבן אָפּגעהאַקט די בײמער. 5 און עס איז געװען, װי אײנער װאַרפֿט אום אַ קלאָץ, אַזױ איז דער אײַזן אַרײַנגעפֿאַלן אין װאַסער, און ער האָט אױסגעשריִען און געזאָגט: װײ, מײַן האַר, װאָרעם ער איז אַ געליִענער. 6 האָט דער מאַן פֿון ג-ט געזאָגט: װוּ איז ער אַרײַנגעפֿאַלן? האָט ער אים געװיזן דעם אָרט, און ער האָט אָפּגעשניטן אַ העלצל, און האָט עס אַהין אַרײַנגעװאָרפֿן, און דער אײַזן איז אַרױפֿגעשװוּמען. 7 און ער האָט געזאָגט: הײב דיר אים אַרױס; האָט ער אױסגעשטרעקט זײַן האַנט, און האָט אים אַרױסגענומען.