Pular para o conteúdo
Publicidade

2 Reis 6

15 און דער משרת פֿון דעם מאַן פֿון ג-ט האָט זיך געפֿעדערט אױפֿצושטײן, און ער איז אַרױסגעגאַנגען, ערשט אַ חיל רינגלט אַרום די שטאָט, מיט פֿערד און רײַטװעגן. האָט זײַן יונג צו אים געזאָגט: װײ, מײַן האַר, װאָס זאָלן מיר טאָן? 16 האָט ער געזאָגט: זאָלסט נישט מורא האָבן; װאָרעם די װאָס מיט אונדז זײַנען מער װי די װאָס מיט זײ.

17 און אֶלישע האָט מתפּלל געװען און האָט געזאָגט: ה׳ עפֿן, איך בעט דיך, זײַנע אױגן, און זאָל ער זען. האָט ג-ט געעפֿנט די אױגן פֿון דעם יונג, און ער האָט געזען, ערשט דער באַרג איז פֿול מיט פֿערד און רײַטװעגן פֿײַערדיקע רונד אַרום אֶלישען.

Veja também